ספריית חב"ד ליובאוויטש

רט

ירידת הנשמה

אמר הבעש"ט: הקב"ה שיקט אַראָפּ אַ נשמה אויף דער וועלט און לעבט זיבעציג אָדער אַכציג יאָר וואָס דער תכלית הכוונה פון דער שליחות איז צו טאָן אַ אידן אַ טובה אין גשמיות בכלל און אין רוחניות בפרט425.


-----  הערות  -----

425) לקוטי דיבורים ח"ג תקסג, ב. ספר השיחות תש"ה ע' 67. וממשיך שם: דער בעש"ט'ס וואָרט האָט זיך איינגעקריצט באַ הונדערטער טויזנטער אידן, מענער און פרויען, אין זייערע הערצער, און די זיסע ליבע מדה טובה אהבת ישראל האָט געגעבן איר ריכטיקע אומשעצבאַרע גוטע פרוכט אין הכנסת אורחים, אין אַרויסהעלפן אַ אָרעמאַן בדרך כבוד, אויפשטעלן אַ געפאַלענעם מיט דער גרעסטער ליבליכער אויפמערקזאַמקייט, משתתף זיין זיך אין דעם צער פון אַ אלמנה און יתום, טרייסטן זיי און זיין זיי באַהילפיק אין זייערע באַדערפענישן.

וראה אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' קעד. ע' רפא. ע' רצה. ח"ד ע' תקכא. ח"ה ע' קי. ח"ז ע' כא. ח"ח ע' רמו. ע' תקיא. "היום יום" ה אייר. ספר השיחות תרצ"ו ע' 123. לקוטי שיחות ח"ד ע' 1255. נתבאר בלקוטי שיחות חכ"ה ע' 389 ואילך.

ובאגרות-קודש כ"ק אדמו"ר זי"ע ח"ד ע' קסח מוסיף: אבל פשיטא שאין להסתפק בעשיית טובה פעם אחת או שתיים כו' אלא, כמורגל בלשון רז"ל אפילו מאה פעמים (עיין חולין פ"ז, א': הכא כתיב מיעוטא).