ספריית חב"ד ליובאוויטש

רי

מורנו הבעש"ט זאָגט:

יעדער איד קומט אויף דעם עולם הזה החומרי מיט אַ געוויסע שליחות פון תורה אור, תורה ליכט. און מיט אָט דער שליחות פון תורה ומצוות גייט ער אום און פאָרט אַרום, הן באַ זיך אין שטאָט און הן וואוהין און ביי וואָס פאַר אַ געלעגנהייט ער פאָרט, מיט אַ שליחות פון תורה ויראת שמים און מחזק זיין מוסדות התורה426.


-----  הערות  -----

426) ספר השיחות תש"ט ע' 287. ושם:

החזקת התורה וחינוך הכשר איז דער עמוד האור וואָס באַלייכט דעם חשך פון דער גראָבער חומריות'דיקער וועלט און ברענגט צום אמת'ן תכלית צוליב וועלכן די נשמה איז אַראָפּגעקומען אין דער חומריות'דיקער קאַלטער וועלט.