ספריית חב"ד ליובאוויטש

ריד

כוונה

ס'איז ידוע מאמר הבעל שם טוב431 אַז ס'זיינען דאָ ענינים אין וועלכע עס איז ניט נוגע אויף אַזוי פיל די כוונה (ווי אין אַלע מצוות). איין ענין איז – טבילה במקוה; אפילו אויב מען האָט זיך טובל געווען צוליב אַנדערע טעמים, ניט צוליב טהרה, – נאָך מערער, אפילו אויב ער האָט גאָרניט געמיינט זיך צו טובל זיין, נאָר נפל עליו הגל איז ער טהור432. אַ צווייטער ענין – נתינת צדקה, וואו ס'זיינען ניט נוגע אויף אַזוי פיל זיינע טעמים צוליב וואָס ער גיט צדקה; און נאָך מערער, אפילו ווען זיין געבן צדקה איז געווען אינגאַנצן אָן כוונה; ער האָט פאַרלאָרן געלט און אַן אָרימאַן האָט עס געפונען, וואָס ער האָט גאָרניט מכוון געווען צו געבן דעם אָרימאַן, וויבאַלד אָבער אַז דער אָרימאַן האָט געקראָגן זיין געלט, האָט ער דערמיט מקיים געווען אַן ענין פון צדקה433. און ווי די כללות מצות שכחה434.


-----  הערות  -----

431) ראה ספר בעש"ט עה"ת פ' יתרו סימן יד הערה יט.

432) ראה חגיגה יט, א.

433) ראה ספרי ופרש"י תצא כד, יט.

434) לקוטי שיחות ח"ג ע' 908.