ספריית חב"ד ליובאוויטש

כב

קדושים יט, יז: לא תשנא את אחיך בלבבך הוכח תוכיח את עמיתך ולא תשא עליו חטא.

לא תשנא את אחיך בלבבך, דער וואָס האָט פיינט אַ אידען אַפילו מער ניט ווי אין האַרצן ניט אַז ער חלילה טוט אים אַ רעה מצד השנאה אָדער רעדט אויף אים, נאָר מער ניט וואָס ער האָט אים פיינט אין האַרצן, איז עובר בלאו, וואָס איז די עצה אַז אַ איד זאָל ניט עובר זיין אויף דעם לאו פון לא תשנא את אחיך בלבבך, די עצה אויף דעם איז הוכח תוכיח את עמיתך, זאָלסט גיין צו יענעם וואָס דו ווייסט אַז ער האָט דיך פיינט, די שנאה האָט דאָך אַ סיבה פאַרוואָס ער האָט דיך פיינט און די סיבה פון דער שנאה איז דאָך געוויס אַ ענין פון יראת שמים. מסתמא האָט יענער געזען אין דיר דרכים אָדער הנהגות וואָס ער רעכנט אַז עפּ"י תורה בעדאַרפמען זאך אַזוי ניט פירן, אשר על כן איז די עצה צו דעם הוכח תוכיח זאָלסט גיין צו אים און אויסבאווייזן אַז דיין דרך מיט דיינע הנהגות איז ווי עס בעדאַרף זיין, ולא תשא עליו חטא, אַי דו וועסט זאָגן צו וואָס ביסטו דאָס מחוייב צו טאָן, איז דער חיוב מצד אהבת ישראל, און דאָס איז ולא תשא עליו חטא, דער אהבת ישראל בעדאַרף אויף דיר פועל זיין אַז דו זאָלסט ניט לאָזן אַז ער זאָל טראָגן אויף זיך אַ חטא, אָבער מיט דעם וואָס דו וועסט אים אויסווייזן ווי דיין דרך איז גוט און דיין הנהגה איז ווי עפּ"י תוה"ק בעדארף זיין, וועסטו פון אים אַראָפּנעמען דעם חטא פון לא תשנא את אחיך בלבבך, אַז ער זאָל ניט עובר זיין אויף קיין לאו נאָר וויבאַלד אַז דו ווייסט אַז דו ביסט גערעכט, און דער אַנדערער וואָס האָט דיך פיינט איז אומגערעכט, און טוסט אַזאַ גרויסע מצוה פון אהבת ישראל בכדי מציל זיין פון אַ חטא, דער לאו פון לא תשנא את אחיך, במילא קען דאָך זיין אַז דו וועסט חלילה אַרויס מיט האַרבע ווערטער, אויף דעם זאָגט רש"י אויף די ווערטער ולא תשא עליו חטא, לא תלבין את פניו ברבים79.


-----  הערות  -----

79) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' רעח.