ספריית חב"ד ליובאוויטש

רכג

עבודת השם

דער בעש"ט נ"ע האָט געזאָגט455 אַז אַלץ וואָס אַ מענטש זעט און אַלץ וואָס אַ מענטש הערט456 דאָס איז אַ אָנזאָג און אַ געוויסע הוראה מן השמים אין עבודת השי"ת457, נאָר מען באַדאַרף פאַרשטיין וואָס מען זעט און וואָס מען הערט, און חלילה ניט האָבן קיין טעות אין דעם מיין פון דעם וואָס מען האָט געהערט און פון דעם וואָס מען האָט געזען. און דער ריכטיקער פאַרשטאַנד אין דעם מיין פון דעם וואָס מען הערט און זעט קומט דורך דעם נשמת אדם תלמדנו.

נשמת אדם תלמדנו איז דער ענין וואָס באַ דעם מענטשן ווערט ליכטיק דער שכל און אים פאַלט אַריין פאַרשידענע ערקלערונגען אויף דעם וואָס עס קען מיינען אין עבודה אָט דאָס וואָס ער האָט געזען און געהערט, און אַזוי אַרום קומט דער מענטש צו פאַרשטיין די הוראה מן השמים אין עבודת ד'.

דער בעש"ט נ"ע זאָגט אַז דער זיכערסטער וועג, צו דעם נשמת אדם תלמדנו, איז: א) אַ פלאַם האַרציקער קאַפּיטל תהלים, ב) טאָן אַ אידן אַ טובה דורך אַ טרחה בגופו ניט נאָר בממונו, און דורך ג) אהבת ישראל מיט אַ מסירת נפש.

דער בעש"ט נ"ע זעט דעם גילוי פון נשמת אדם תלמדנו אין די תהלים זאָגער מער ווי אין די תלמידי חכמים, וואָס זיינען מחדש חידושים און פּלפּולים בתורה.

דער בעש"ט נ"ע זאָגט אַז אַ האַרציקער קאַפּיטל תהלים, אַ טרחה צוליב טאָן אַ טובה אַ אידן אין גשמיות אָדער אין רוחניות און אהבת ישראל זיינען שליסעלעך וואָס פּאַסן זיך צו צו אַלע שלעסער פון די היכלות הרחמים רפואה ישועה און פּרנסה טירן458.


-----  הערות  -----

455) ראה ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 11.

456) ראה לקו"ש ח"ח ע' 338 בהערה: שאדם רואה . . שומע: להעיר מנדרים (סד, ב) דסומא חשיב כמת ומב"ק (פה, ב) חירשו נותן לו דמי כולו. ולהעיר מלקו"ת ד"ה להבין ענין יו"ט שני (דברים צא, ג ואילך).

457) ראה לקוטי שיחות חל"ד ע' 166: והנה ע"פ מחז"ל זה ד"לא קאי איניש אדעתי' דרבי' עד ארבעין שנין" יש למצוא מקור בתושב"כ לתורת הבעש"ט . . שהיא מיסודי תורת החסידות – ש"כל דבר ודבר אשר האדם רואה או שומע הוא הוראת הנהגה בעבודת השם, וזהו ענין העבודה, להבין ולהשכיל מכל – דרך בעבודת השם".

ונמצא, שכל דבר שקורה לאיש ישראל צריך "ללמוד" אותו (ע"ד שלומד ענין כביכול בתורה), עד שיוכל להוציא מזה הוראה בעבודתו לקונו.

ודבר זה מפורש במחז"ל הנ"ל, שלמדים הא ד"לא קאי איניש אדעתי' דרבי'", ממה שנאמר "אתם ראיתם גו' ולא נתן ה' לכם לב לדעת גו' עד היום הזה". דלכאורה, בנוגע לדברי תורה מובן שצ"ל שהיית זמן עד שעומדים "על דעת רבו", מצד העומק לפנים מעומק הטמון בד"ת שמלמד הרב עם תלמידו; אבל בנוגע ל"המסות הגדולות" ו"האותות ומופתים", שהם דברים הנראים בחוש, הרי בעת ראיית הנסים בפעם הראשונה, כבר "תפס" הכל, ומה שייך לומר בזה "לא קאי איניש אדעתי' דרבי' עד ארבעין שנין"?

ועכצ"ל, שבנסים אלו היו טמונות הוראות בעבודת ה', וזוהי תכלית כוונת הקב"ה בעשיית נסים הללו (שמהם ילמדו בנ"י "ויקחו" חיזוק בעבודתם לקונם), ופרטי הוראות אלו יכולים להתעמק בהם יותר ויותר, עד שלאחרי ארבעים שנה עומדים על "סוף דעתו" של הקב"ה כביכול בעשיית נסים אלו.

אלא שלזה צריכים להתעמק בפרטי הנסים וכו' . . שאז, לאחרי מ' שנה עומדים על עומק הכוונה וההוראות שבזה.

וכן הוא בכל דבר ודבר שהאדם רואה או שומע, שהם מהווים הוראה ולימוד (כמו דברי תורה), שצריך להתבונן בהם, ללמוד אותם ולדייק בהם, באופן, שלאחרי מ' שנה נתעצם אצלו הענין, "קם אדעתי' דרבי'".

458) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 73.