ספריית חב"ד ליובאוויטש

רכה

מורנו הבעש"ט האָט געזאָגט די תלמידים אַז דער דרך אמיתי איז, אַז דאָס וואָס אַ מענטש זעט און הערט איז ניט קיין צופעליקע זאַכן נאָר אַ הוראה מן השמים. מען באַדאַרף מעורר רחמי שמים זיין אַז מען זאָל זוכה זיין צו פאַרשטיין דאָס וואָס מען זעט.

די עבודה אמיתית איז צו זען דעם אמת אַז יעדער איד איז אַ שליח אויף מגלה זיין געטלעכקייט, און די פּשוט'ע אידן מיט זייער תמימות זיינען אמת'ע עבדי ה'460.


-----  הערות  -----

460) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 133. וממשיך שם: און האָט געהייסן די תלמידים זיי זאָלן זיך צוקוקן צו ר' פסח דעם וואַסערטרעגער ווען ער באַדאַרף אַריינגיין אין בית הכנסת דאַוונען.

די תלמידי הבעש"ט האָבן זיך צוגעקוקט צו ר' פּסח'ן איידער ער באַדאַרף אַריינגיין אין ביהכ"נ דאַוונען מנחה, ווי ער וואַשט די הענט עטלעכע מאָל און אָפּגעווישט מיטן בגד, און ווען ער האָט געעפנט די שול טיר און אַריין אין בית הכנסת האָט זיך זיין פּנים פאַרענדערט מצד היראה, און אַז ער האָט געקוקט אויף דעם ארון הקודש און געזאָגט דעם פּסוק שויתי ה' לנגדי תמיד האָט זיך באַ אים געביטן דער פּנים אין פאַרשידענע פאַרבן.