ספריית חב"ד ליובאוויטש

כג

קדושים יט, יח: ואהבת לרעך כמוך80.

דער רבי – אדמו"ר הזקן – האָט געזאָגט פון מעזריטשער מגיד פון בעש"ט'ס וועגן:

ואהבת לרעך כמוך איז אַ פירוש וביאור אויף ואהבת את ה' אלקיך81. אַז מ'האָט האָלט אַ אידען, האָט מען האָלט דעם אויבערשטען, ווייל א איד האָט דאָך אין זיך אַ חלק אלקה ממעל82, איז אַז מ'האָט האָלט דעם אידען, דעם אינוועניג פון איהם, ממילא האָט מען האָלט דעם אויבערשטען83.


-----  הערות  -----

80) ראה גם לקמן סימן קלב ואילך.

81) ואתחנן ו, ה.

82) תניא רפ"ב.

83) "היום יום" יב מנחם אב – משיחת י"ט כסלו תרפ"ט (ספר השיחות תרפ"ט ע' 56). – ולהעיר מתורת הה"מ (או"ת לתהלים) עה"פ אל תבוא במשפט עמנו, פי' דכל הדנים את ישראל דנים כביכול אותו יתברך כי הוא אחדות עמנו (הערת כ"ק אדמו"ר זי"ע בקונטרס אהבת ישראל (קה"ת, תשל"ז) ע' 9).