ספריית חב"ד ליובאוויטש

רלב

קל-וחומר, גזירה שוה והלכה למשה מסיני

האָט דער רבי זיי געזאָגט אַ תורה פון מגיד בשם הבעש"ט:

קל וחומר וגזירה שווה. קל וחומר מיינט אַז אַ דבר קל זאָל זיין חמור. גזירה שווה – אַ גלייכער שניט. דאָס קען נאָר זיין אלא אם כן קבלה מרבו ורבו מרבו הלכה למשה מסיני.

הלכה למשה מסיני, משה האָט ניט געוואָלט אַוועקגיין פון סיני אין וועלט. הגם משה האָט זיך געקענט ספּראַווען מיט זיין גוף, אָבער ער האָט ניט געוואָלט אַוועקגיין מסיני. משה איז חכמה, חכמה דאצילות בעלייתה אל הכתר, וויל זי ניט זיין די ערשטע ספירה, אָבער מצד פּנימיות החכמה ווען זי איז עולה אין פּנימיות הכתר דערהערט מען די כוונה פּנימיות אַז דער עיקר איז דאָ למטה. –

דאָס איז הלכה למשה מסיני, הלכה לשון מוליך, ער האט מוליך געוועזן משה'ן ער זאָל וועלן אַוועקגיין מסיני למטה, ביז ולא ידע איש את קבורתו470, וואו משה האָט באַהאַלטן זיין גוף, אַז ער האָט עולה געווען אין פּנימיות471 החכמה472.


-----  הערות  -----

470) ברכה לד, ו.

471) להעיר ממרז"ל (סוטה יד, א) לעליונים כו' לתחתונים כו' ונתבאר בלקו"ת במדבר ד"ה מעט תוספות ביאור על ענין וספרתם. סד"ה כי ישאלך בנך ש"ת.

472) ספר השיחות תש"ט ע' 291. ושם לפנ"ז: ווען דער רבי איז צוריקגעקומען פון מעזריטש האָט ער באַדאַרפט האָבן אַ התנצלות פאַר זיינע תלמידים פאַר דעם שינוי הדרך.

כידוע אַז יעמולט זיינען די בני תורה געוועזן מובדל פון אנשים פּשוטים. מ'האָט געהאַט אַן אייגן מנין, און מ'האָט זיי ניט צוגעלאָזט צום עמוד אפילו ביי אַ יא"צ, קומענדיק אָבער פון מעזריטש, האָט דער רבי משנה געווען דעם דרך.

די תלמידים פון אַלטן רבי'ן האָט מען ניט געקענט אָפּקומען מיט זיי מיט פּשט'לאַך. זיי האָבן געוואוסט, חב"ד איז חב"ד, חג"ת איז חג"ת. [ההמשך בפנים].