ספריית חב"ד ליובאוויטש

רלו

אין מעזריטש האָט דער רבי געזאָגט בשם מורו הבעש"ט אַז דרכי עבודת תיקון המדות והכשרת כלי המוח בדרכי החסידות איז צו מאַכן פון דעם חסרון אַ מעלה477.


-----  הערות  -----

477) ספר השיחות ה'שי"ת ע' 400. ושם:

עס זיינען פאַראַן צוויי דרכי עבודה: די עבודה פון געפינען אין זיך דעם חסרון און אים מתקן זיין, וואָס ביידע זאַכן, הן דער געפינען דעם חסרון און הן דער מתקן זיין אים, דאַרפן זיין על פּי דרכי התורה. [ההמשך בפנים. ולאח"ז ממשיך:]

אויף דעם יסוד התורה ודרכי העבודה דערציילט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צמח צדק להוד כ"ק בנו אאזמו"ר הרה"ק מוהר"ש, האָט דער זיידע – רבינו הזקן – אַוועקגעלייגט זיינע כחות עצמיים בערך דרייצן יאָר.