ספריית חב"ד ליובאוויטש

רלט

אַ בעל חוש קען פאַרשטיין און זיך מצייר זיין די אהבת ישראל פון מורנו הבעש"ט.

מורנו הבעש"ט האָט מתפּלל געווען און געמאַכט אַ פּ"נ ווען איינער איז געווען שרוי בצער, און ניט נאָר במכירו נאָר ער האָט געהערט אַ אידנס קרעכץ אפילו ער איז געווען אין עק וועלט.

מורנו הבעש"ט האָט זיך מוסר נפש געווען אויף אהבת ישראל אפילו צו דעם וועלכן ער האָט גאָרניט געקענט4.


-----  הערות  -----

4) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 115.