ספריית חב"ד ליובאוויטש

כד

האָט הוד כ"ק רבינו הזקן דאַן פאַר זיי איבערגעזאָגט די תורה וואָס דער מעזריטשער מגיד האָט אים איבערגעגעבן בשם מורנו הבעש"ט:

האָלט האָבן אַ אידן איז אַ מצוה דאורייתא. אין יעדער מצוה איז פאַראַן די עשה פון דער מצוה און די לא תעשה. און אַזוי אויך אין דער מצוה פון אהבת ישראל איז ואהבת לרעך די עשה און לא תשנא את אחיך84 די לא תעשה. די פּשיטות פון דעם פּשוט'ן אידן, זיין תפלה, זיין זאָגן תהלים נאָכן דאַוונען, זיין טאָן אַ מצוה ווייל השי"ת האָט געהייסן, איז גורם אַ נחת רוח למעלה85.


-----  הערות  -----

84) כשיראה לו שנאה וידע שהוא שונאו אינו עובר ע"ז הלאו, אמנם עובר על לא תקום ולא תטור (ס' החינוך מצוה רלח), בכ"ז כתב כאן ל"ת דלא תשנא. וי"ל: א) ע"פ מש"כ הרמב"ם [הל' דעות פ"ו] ה"ה. אבל לכאורה אין זה מספיק, שהרי ברמב"ם שם מבאר בזה: ולא הזהירה תורה אלא כו'. וראה ג"כ שם ספ"ז (ע"ד מש"כ בס' החינוך). וי"ל ב) מפני שלא תשנא – היא קודמת והסיבה (בנפש האדם) ל"לא תקום ולא תטור" – כמובן. ג) ס"ל בדברי הרמב"ם בהכס"מ שם דגם כשמראה השנאה עובר. וידוע שקו"ט האחרונים בדברי הכס"מ ובהסתירה מסהמ"צ להרמב"ם מל"ת שב (הערת כ"ק אדמו"ר זי"ע בקונטרס אהבת ישראל (קה"ת, תשל"ז) ע' 9).

85) ספר השיחות תש"ז ע' 123. ושם לפנ"ז:

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט געהאַט יונגעלייט, גדולים בתורה, פאַר וועלכע ער פלעגט זאָגן אַ שיעור גמרא והלכה, און זיי האָבן געהאַט זייער אייגענעם מנין און האָבן זיך מתרחק געווען בכל מיני ריחוק והבדלה פון די פּשוט'ע אידן.

ווען הוד כ"ק רבינו הזקן איז צוריקגעקומען פון מעזריטש, האָבן זיינע תלמידים יונגעלייט באַמערקט אַ שינוי אין זיין הנהגה בהנוגע צו די פּראָסטע אידן. ניט נאָר האט ער אויפגעהערט זיך מתרחק זיין פון זיי, נאָר ער האָט זיי גאָר אָנגעהויבן מקרב זיין.

באַ די יונגעלייט איז די זאַך געוואָרן זייער מוקשה, זיי האָבן אָבער ניט געהאַט די דרייסטקייט צו פרעגן אים וועגן דעם.

הוד כ"ק רבינו הזקן האָט מרגיש געווען אַז די יונגעלייט זיינען פאַרוואונדערט אויף זיין נייער הנהגה [ההמשך בפנים].