ספריית חב"ד ליובאוויטש

רמ

אור

הצ"צ סיפר: דער בעש"ט האָט זייער האָלט געהאַט ליכטיקייט ואמר: אור בגימטריא רז5, דער וואָס ווייס דעם סוד וואָס אין יעדער זאַך קאָן ליכטיק מאַכן6.


-----  הערות  -----

5) תקו"ז תי"ט (לט, ב). זח"ג כח, ב ברע"מ. וראה לעיל סימן לז.

6) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 174 (הועתק ב"היום יום" ו אלול). וממשיך שם: איינמאָל האָבן די תלמידי הבעש"ט מער ניט געהאַט ווי איין ליכט און דער בעש"ט האָט באַדאַרפט אַריינקומען, האָבן זיי געהאַט צער, וויסנדיק אַז דער בעש"ט האָט ליב עס זאָל זיין ליכטיק, און האָבן ניט געוואוסט וואָס צו טאָן. ווען מורנו הבעש"ט איז אַריין האָט ער געזאָגט באַ אידן באַדאַרף זיין ליכטיק, מיין עבודה איז ליכטיק מאַכן באַ אידן. די תלמידים האָבן געענטפערט אַז זיי האָבן מער ווי איין ליכט ניט געקענט קריגן, האָט מורנו הבעש"ט געהייסן אַראָפּנעמען פון דאַך די אייז ליכטלעך און זיי אָנצינדן. האָבן די תלמידים אַזוי געטאָן און עס האָט געברענט.

דער רבי צמח צדק האָט געזונגען בדביקות און געזאָגט: באַ חסידי ותלמידי מורנו הבעש"ט האָבן אייז ליכטלעך געברענט און געלויכטן און באַ איצטערדיקע חסידים איז פינסטער און קאַלט. וראה ספר השיחות תש"ו ע' 40 ואילך. לקוטי שיחות חט"ו ע' 384. אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר זי"ע חי"ט ע' מא. תורת מנחם – התוועדויות תש"כ ח"א ע' 154.