ספריית חב"ד ליובאוויטש

רמב

זמני ומועדי השנה

גוט יום טוב

ביים בעש"ט איז געווען דער מנהג ר"ה און מוצאי יוכ"פ צו זאָגן גוּט יו"ט (בהברת שורוק), גוט איז בגימטריא ח"י, ממשיך זיין חיות אין ימים ושנים און אַלע מועדים, און אין אַנדערע ימים טובים איז געווען דער מנהג צו זאָגן גיִט – בהברת חיריק – יו"ט כיבוד, ד. ה. אַז דאָס וואָס דער יו"ט האָט זיי מכבד געווען זאָלן זיי געבן אויך צו אַנדערע9.


-----  הערות  -----

9) ספר השיחות תש"ה ע' 8. ושם לפנ"ז: דעם ערשטן ר"ה וואָס הוד כ"ק רבינו הזקן איז געווען אין מעזריטש, האָט ער געזאָגט: גוט – בהברת שורוק – יו"ט, האָבן זיי דאָרטן ביי אים געפרעגט, פון וואַנען ווייסט איר אַז מען דאַרף זאָגן גוט יו"ט – בשורוק – האָט ער זיי געענטפערט: ביי אונז זאָגט מען אַלע יו"ט אַזוי.

האָבן זיי אים געזאָגט, אַז [ההמשך בפנים].