ספריית חב"ד ליובאוויטש

רמג

אלול – תשרי

באַ מורנו הבעש"ט איז געווען אַ סדר מיוחד אין זיינע הנהגות בכל משך השנה, בחול, בשבת ובמועדים.

דער סדר פון חדש תשרי האָט זיך באַ מורנו הבעש"ט אָנגעהויבן פון דער הכנה אין חדש אלול בכלל און ימי הסליחות בפרט. די מ' יום וואָס משה רבינו ע"ה איז געווען בשמים להתפּלל על חטא העגל און לקבל את התורה, וואָס מיט דעם האָט ער מעורר געווען דעם גילוי פון די י"ג מדות הרחמים, איז עבודתו של מורנו הבעש"ט געווען אַז דער קו היראה איז אין די דאָזיקע טעג געווען בהתגלות, און פון מוצאי יום הכפּורים ביז נאָך שמחת תורה איז אין עבודת מורנו הבעש"ט געווען דער קו השמחה בהתגלות10.


-----  הערות  -----

10) ספר השיחות תש"ה ס"ע 127 ואילך.