ספריית חב"ד ליובאוויטש

רמז

פסח

ביים בעש"ט איז געווען אַ מנהג, אַז אויף פּסח פלעגט מען קויפען אַ סך נייע כלים און צווישן זיי אויך אַ סך כוסות וועלכע מען פלעגט טובל'ען. די כוסות פלעגט מען רופן מיט תורה נעמען, אַ רביעית-כוס וכדומה. דער בעש"ט פלעגט דאַן אַריינקוקען אין די כלים און פלעגט זאָגען, אַז די כלי זאָל מען שטעלען אויפן טיש און די כלי זאָל מען ניט אַרויפשטעלן אויפן טיש, קיין טעמים אויף דעם פלעגט דער בעש"ט ניט זאָגען14.


-----  הערות  -----

14) ספר השיחות תש"ב ע' 110.