ספריית חב"ד ליובאוויטש

רמט

שבועות

מורנו הבעש"ט האָט זייער מחבב געווען דעם צווייטן טאָג שבועות. תיכף נאָך די התגלות פון מורנו הבעש"ט, וואָס דעמאָלט איז געווען די התנהגות בזריזות און עפּ"י שו"ע, קבלת שבת בזמנה וכו', איז געווען דער סדר דעם צווייטן טאָג שבועות צו דאַוונען בהשכמה און מאַכן אַ סעודה קלה ביי וועלכע עס זיינען געווען אַ מנין תלמידים כדי צו בענטשן אויף אַ כוס של ברכה. שפּעטער אין מיטן טאָג איז געווען אַ סעודה גדולה און מורנו הבעש"ט פלעגט אַ סך פאַרברענגען, אַזוי פלעגט זיך מורנו הבעש"ט מתנהג זיין ביז יום הסתלקותו17.


-----  הערות  -----

17) ספר השיחות תש"ד ע' 135. ומוסיף שם:

דער מעזריטשער מגיד האָט מבאר געווען דעם טעם דערפון, ווייל דאָס איז דאָך די ערשטע 24 שעה ווי אידען האָבען מקבל געווען די תורה, מילא דאַרף מען זייער מחבב זיין דעם טאָג און בפרט לדעת ר' יוסי שבז' בסיון ניתנה התורה, וואָס דאָס איז אַ מעלה נפלאה. – נתבאר בארוכה בלקוטי שיחות ח"ד ע' 1027 ואילך. לקוטי שיחות ח"ח ע' 27 הערה 42 בשולי הגליון (הב'). הועתק לקמן בשולי הגליון לסימן שיח).