ספריית חב"ד ליובאוויטש

רנא

מנגן

דער בעש"ט אַליין איז געווען אַ גרייסער מנגן און האָט גיהאַט אַ זעלטענע שטימע וואָס ער – דער בעש"ט – פלעגט קאָנען אומבאַייטין די שטימע אין גאָר פערשידענע קולות – באַ די זינגער און חזנים איז פראַן אויף דעם אַ נאָמען ווי עס הייסט אַזאַ שטימע – און האָבענדיק אַ גרייסין חוש אין נגינה האָט ער אָפט געזונגען, דער זינגען איז אין מורנו הבעש"ט [אַ] דרך א[ין] עבודה19, נגינה רירט אָן נפש, בריינגט צו שפיכת הנפש20.


-----  הערות  -----

19) ראה לעיל סימן ריט.

20) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ג ע' ריט.