ספריית חב"ד ליובאוויטש

רנב

מנהגים

די מנהגים וואָס מורנו הבעש"ט האָט זיך נוהג געווען זיינען הלכה למשה מסיני.

ווען משה רבינו איז געגאַנגען מיט די לוחות איז ער געגאַנגען דורך די ד' עולמות אצילות בריאה יצירה עשי' הרוחניות און זיי געבראַכט אין עולם התחתון, איז די ספירות און מלאכים וואָס בכל עולם ועולם האָבן געשיינקט מתנות צו משה רבינו מדות און מנהגים כלליים ופּרטיים.

געוויסע מנהגים האָט מורנו הבעש"ט קובע געווען באַ אידן, און ער האָט געהאַט מסירות נפש אַז די מנהגים וואָס זיינען שייך לכלל ישראל זאָלן זיך איין פלאַנצן אין אַלע חסידישע הייזער לדורותיהם און מיט די מנהגים זאָלן אידן מקבל זיין משיח צדקנו21.


-----  הערות  -----

21) ספר השיחות תש"ח ע' 231.