ספריית חב"ד ליובאוויטש

רנג

אין דער תחלת ההתגלות פון מורנו הבעש"ט האָבן די תלמידי הבעש"ט שטאַרק מהרהר געווען צי זיי דאַרפן אָפּהיטן די מנהגי מורם ורבם הבעש"ט.

אָט דער הרהור וואָס די חבריא קדישא האָט מהרהר געווען איז דאָס ניט ח"ו בכלל המאמר22 המהרהר אחר רבו, נאָר זיי האָבן זיך בודק געווען צי זיי זיינען שוין אין דער דרגא וואָס זיי קאָנען זיך מתנהג זיין אין דעם דרך הקדש פון בעש"ט און עס זאָל ניט הייסן נאָכטאָן ווייל דער רבי טוט אַזוי.

די מקושרי הבעש"ט מאנשים פּשוטים האָבן גלייך מקבל געווען דעם בעש"ט'ס מנהגים אין אַ בפּועל ממש, אָן קיינע חקירות און גריבלען זיך, צי זיי האַלטן באַ דער דרגא אַז זיי דאַרפן זיך מתנהג זיין ווי דער בעש"ט פירט זיך צי ניט. זיי האָבן געוואוסט אַז דער בעש"ט פירט זיך אַזוי האָבן זיי זיך אויך אַזוי מתנהג געווען.

אָט דאָס איז דער יתרון על פּי שיטת מורנו הבעש"ט אין דער עבודה פון אנשים פּשוטים וואָס טוען אַלע עניני המצות ניט על פּי הטעם נאָר מיט קבלת עול פון אמונה. אָבער צדיקים בעלי עבודה, וואָס עבודתם בתורה ומצות איז מתוך ידיעה והכרה, באַדאַרפן פריער וויסן דעם ענין על בוריו און האַלטן באַ דער מדריגה. דערפאַר האָבן די חבריא קדישא אויף יעדער מנהג פון מורם ורבם הבעש"ט חוקר געווען און זיך מתבונן געווען צי זיינען זיי שוים אין דער דרגא וואָס זיי דאַרפן אויך אַזוי זיך נוהג זיין23.


-----  הערות  -----

22) סנהדרין ק, ב.

23) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 82.