ספריית חב"ד ליובאוויטש

רנז

אין דער תחלת ההתגלות פון מורנו הבעל שם טוב פלעגט ער מאַכן אָפטע נסיעות אין פאַרשידענע ערטער, גרויסע שטעט און קליינע שטעטלעך און אין פאַרשידענע ישובים, דערפער און קרעטשמעס.

דעם בעש"ט'ס נסיעות זיינען געווען צוליב דריי אָנגעלעגענהייטן: א) פּדיון שבוים. די ישובניקעס און קרעטשמערס וואָס האָבן ניט געהאַט מיט וואָס צו באַצאָלן די ארענדע געלדער צו די בעלי אחוזות, און די בעלי אחוזות פלעגן זיי פאַרהאַלטן. ב) מעורר זיין אידן צו לימוד התורה און אהבת ישראל. ג) מגלה זיין פאַר בני תורה פּנימיות התורה27.


-----  הערות  -----

27) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 83.