ספריית חב"ד ליובאוויטש

רנח

כ"ק מו"ח אדמו"ר האָט אַמאָל געזאָגט28, אַז די נפקא מינה פון דעם בעל שם טוב מיט די גדולים אין נגלה דתורה וואָס זיינען געווען דעמאָלט, איז דאָס וואָס ביי די גדולים פון נגלה דתורה איז געווען דער סדר אַז מען פלעגט קומען צו זיי לערנען, דאַקעגן דער בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים פלעגן ניט וואַרטן אַז מען זאָל קומען צו זיי, נאָר זיי פלעגן פאָרן אין שטעט און מושבים וואו אידן געפינען זיך.

– עס איז פאַראַן אַ ביאור פון אַלטן רבי'ן און פון מיטעלן רבי'ן29 אויף דער נפקא מינה פון די גדולים בנגלה דתורה ביז דעם בעש"ט. דאָס איז שוין געדרוקט30.


-----  הערות  -----

28) ראה ספר השיחות שם ע' 84. וראה אגרות-קודש כ"ק אדמו"ר זי"ע ח"ד ע' תסג.

29) ראה ספר השיחות קייץ ה'ש"ת שם. וראה ספר השיחות תש"ג ע' 100.

30) לקוטי שיחות חלק ב ע' 367.