ספריית חב"ד ליובאוויטש

רסט

אמרות קודש

מרבותינו נשיאנו הקדושים

ע"ד הבעל שם טוב ושיטתו

חיי הבעל שם טוב

לידתו

דעם רבי'נס1 עלטערן2 זיינען געווען עקרים מלידה, זיי האָבן געוואוינט אויף אַ ישוב און האָבן געהאַט פרנסה בשופי, און פון זיין פרנסה פלעגט ער נאָר פאַרנוצן אַ קליינער טייל, און די איבעריקע פלעגט ער אויסגעבן אויף הכנסת אורחים, יעדן שבת פלעגן באַ אים עסן 20-30 אורחים.

איין מאָל שבת בייטאָג איז נאָך דער צווייטער סעודה געקומען אַן אורח, כאָטש עס איז געווען אַ וואונדער, דאָס אין אַזאַ קליינעם ישוב זאָל קומען אַן אורח אין מיטן שבת, דאָך האָט ער באַ אים ניט געפרעגט ווער ער איז און פון וואַנעט ער קומט, ער האָט אים בלויז געפרעגט צי האָט ער געמאַכט קידוש, און אַז ער האָט אים געענטפערט אַז ניט, האָט ער אים געגעבן קידוש מאַכן, ווי אויך עסן, און האָט אים מכבד געווען ווי אַלע איבעריקע געסט.

די אורחים צוזעענדיג דאָס, האָבן זיי דעם בעל הבית מצער ומקנטר געווען, סטייטש אַזאַ וועלכער איז זיכער געקומען אום שבת מחוץ לתחום גייט ער אים מכבד זיין? אברהם אבינו וואָס איז געווען דער גרויסער מכניס אורח שטייט אין מדרש3 אַז נאָכן עסן פלעגט ער הייסן די אורחים בענטשן, און אַז זיי האָבן ניט געוואָלט, האָט ער זיי איינג געמאַכט.

דעם בעל הבית איז געוואָרן איינג פון זייערע טענות, איז ער אַריין אין צימער און האָט געוויינט, ער האָט זיך גלייך דערמאָנט, אַז דורך זיין אַוועקגיין וועט דאָך ווערן שווער און איינג דעם אורח, האָט ער זיך צוריקגעקערט צום אורח, און האָט אים מכבד געווען נאָך מער ווי פריער, אַזוי איז געווען באַ שלש סעודות.

ער האָט זיך געפירט אַז אַלע אורחים וואָס פלעגן באַ אים זיין שבת פלעגן בלייבן ביי אים ביז זונטאָג נאָך מיטאָג. אַזוי האָט ער זיך געפירט מיט דעם אורח, ער האָט אים געגעבן אַ גוטן געלעגער, זונטאָג נאָך מיטאָג אַז דער אורח האָט געדאַרפט אַוועקגיין האָט ער אים באַגלייט, אין וועג רופט זיך צו אים אָפּ דער אורח אַז ער איז אלי' הנביא, און אַז מן השמים האָט מען אים געשיקט פּרואוון אים ווי אַזוי וועט ער אים מכניס אורח זיין, און ער האָט אים געזאָגט אַז ער איז בייגעשטאַנען דעם נסיון, און פאַר זיין הכנסת אורחים וועט ער זוכה זיין צו האָבן אַ זון, און האָט אים געזאָגט איך וועל דיר זאָגן אַ תורה, און אַז דער זון וואָס דו וועסט האָבן וועט אַלט זיין צוויי און אַ האַלב יאָר זאָלסטו אים איבערזאָגן די תורה: הוי' אלקים אלקי השמים והארץ ממנו תירא ומשום בריאה בעולם לא תירא מבלעדו ית', און דער אורח האָט זיך מיט אים געזעגנט. אין אַ צייט אַרום איז ביי דעם אידן געבאָרן געוואָרן דער בעל שם טוב4.


-----  הערות  -----

1) הבעש"ט.

2) ר' אליעזר ושרה.

3) ב"ר פמ"ט, ד.

4) ספר השיחות תרצ"ז ע' 161 ואילך. וראה ספר השיחות תש"א ע' 43 ואילך.