ספריית חב"ד ליובאוויטש

רעא

מורנו הבעש"ט איז געבוירן געוואָרן אין יאָר תנ"ח און דער סימן איז נח"ת. ער האט געברענגט נחת צו הקב"ה פון יעדן איד, אפילו פון אנשים פּשוטים. ס'איז ידוע די נסיעות וואָס דער בעש"ט פלעגט אַרומפאָרן אין די ישובים און דערפער, צונויפרופן אנשים נשים וטף און זיי פרעגן וואָס זיי מאַכן אין געזונט, אין פּרנסה א. ד. ג. און פלעגט אַזוי מאַכן, אַז זיי זאָלן ענטפערן, געלויבט איז דער אויבערשטער, וואָס דורכדעם האָט ער אַרויסגערופן די אמונה פּשוטה ביי אַלע אידן און האָט גורם געווען אַ גרויסן נחת רוח למעלה6.


-----  הערות  -----

6) ספר השיחות תש"ד ע' 163. וראה ספר השיחות תש"ג ע' 167 ואילך שסיפר הבעש"ט: אין דעם יום ההולדת שלי ח"י אלול תע"ד בין איך געווען אין אַ קליינעם ישוב. דער אַרענדאַר פון דער קרעטשמע איז געווען זייער אַ פּראָסטער מענש, קוים געקענט דאַוונען, אָבער די טייטש פון די ווערטער האָט ער ניט געוואוסט. ער איז געווען אַ גרויסער ירא שמים און איז געווען מורגל צו זאָגען אויף יעדער זאַך און אין יעדער צייט "ברוך הוא ומבורך לעולם ועד" און די אַרענדאַרקע פלעגט כסדר זאָגן "געלויבט זאָל זיין זיין הייליגער נאָמען".

אין דעם טאָג בין איך דאַן געגאַנגען מתבודד זיין זיך אין פעלד, ווי דער סדר מסודר פון קדמונים איז*, אַז אין יום ההולדת זאָל מען זיין אַ געוויסן זמן אין התבודדות. אַז איך האָב זיך מתבודד געווען האָב איך געזאָגט מזמורי תהלים און האָב זיך עוסק געווען אין יחודי שמות הקדושים.

זייענדיג פערטיפט אין דעם האָב איך ניט געפילט וואָס אַרום מיר טוט זיך. פּלוצים האָב איך דערזעהן אליהו הנביא און אַ שמייכעל איז געווען אויף זיינע ליפּען. איך בין געווען זייער פאַרוואונדערט וואָס זייענדיג אַליין האָב איך זוכה געווען צו גילוי אליהו. באַ הצדיק ר' מאיר, אויך זייענדיג מיט די צדיקים הנסתרים, האָב איך זוכה געווען צו זעהען אליהו הנביא, אָבער זייענדיג גאָר אַליין זוכה זיין צו גילוי אליהו, איז דאָס באַ מיר געווען דעם ערשטן מאָל, בין איך געווען פאַרוואונדערט. אויך האָב איך ניט געקענט אויסטייטשען אליהו הנביא'ס שמייכעל.

אליהו הנביא זאָגט מיר: דו מאַטערסט זיך בעמל רב אויף צו מכוון זיין די יחודי שמות הקדושים, וואָס זיינען יוצא פון די פּסוקי תהלים וואָס דוד מלך ישראל האָט מסדר געווען, און אהרן שלמה דער אַרענדאַר און זלאַטע רבקה די אַרענדאַרקע ווייסן גאָר נישט די יחודי שמות הקדושים וואָס זיינען יוצא פון דעם "ברוך הוא ומבורך לעולם ועד" וואָס דער אַרענדאַר זאָגט און "געלויבט זאָל זיין זיין הייליגער נאָמען" וואָס די אַרענדאַרקע זאָגט און די יחודים רעש'ן אין אַלע עולמות, מער ווי די יחודי שמות וועלכע די צדיקים הגדולים זיינען מכוון.

אליהו הנביא האָט מיר מבאר געווען, דעם גודל הנחת רוח כביכול אין הימל פון דעם שבח ותהלה וואָס אנשים נשים וטף זיינען מהלל ומשבח את הקב"ה, און בפרט אַז דער הילול ושבח קומט פון פּשוטע מענשען, און בפרטי פרטיות אַז דער הילול ושבח איז אין אַן אופן תמידי – זיינען זיי דאָך תמיד דבוק בהשי"ת באמונה טהורה ובתמימות הלב.

פון דאַן האָב איך זיך גענומען אַ דרך אין עבודה – זעהען מאַכען אַז אידן אנשים נשים וטף זאָלן זאָגן לויב ווערטער להשי"ת, דורך דעם וואָס איך פלעג באַ זיי פאַנאַנדערפרעגן אויף זייער מצב הבריאות, אויף דעם מצב הבריאות פון זייערע קינדער און אויף זייער מצב הפּרנסה, און אַלע פלעגן ענטפערן מיט פאַרשיידענע ג-ט לויבונגס אויסשפּראַכן, יעדער אויף זיין שטייגער**.

אַ משך פון יאָרן האָב איך אַליין דורכגעפירט דעם דרך עבודה, און אויף אַ געוויסער אסיפה האָט מען אָנגענומען דעם דרך העבודה, וואָס דאָס איז געוואָרן אַ מבוא צו מפרסם זיין די עבודה פון אהבת ישראל.

וראה לקוטי דיבורים ח"ג שפה, א. ספר השיחות תש"א ע' 3-152:

היינט, י"ח אלול, איז דער צוויי הונדערט דריי און פערציגסטער יאָר טאָג, דער יום הזכרון פון דעם אַלגעמיין אידישען ליכטיג הייליגען טאָג, וואָס השי"ת האָט געטאָן זיך אַליין דעם גרויסען נח"ת, און אויך דעם כלל ישראל אַ גרויסען נח"ת, וואָס ער – השי"ת – האָט מזכה געווען דער אידישער וועלט

מיט דער גרויסער ליכט זייל – עמוד האור – און דעם גרויסען געטליכען ברען זייל – עמוד האש – דאָס איז די גרויסע הייליגע נשמה פון מורנו איש האלקים כבוד קדושת שם תפארתו מרנא ורבנא ישראל בר' אליעזר נ"ע בעל שם טוב.

אין יאָהר תנ"ח – וואָס איז באַצייכענט באַ דער אַלגעמיינער חסידישער וועלט מיט דעם וואָרט נח"ת – דער אַכצענטער אלול איז דער אַלגעמיינער אידישער יהי אור, דער געבורטס טאָג פון מורנו הבעל שם טוב.

י"ח אלול איז אַ גימטריא וואָרט וואָס אַלע האָבען אים זייער גערן. אויך אפילו די וועלכע זיינען געגען ראשי תיבות און גימטריאות, האָבן אויך גערן די גימטריא פון י"ח וואָס עס איז ח"י – לעבען –, נאָר יעדער ניצט אויס דעם חי-געלעבט לויט זיין באַגריעף.

מורנו הבעל שם טוב איז געבאָרען געוואָרען אין דעם גאָר קליינעם גרעניץ ישוב אקופּ, צווישען טערקיי און וואלאחיע.

-----שולי הגליון-----

*) ראה "היום יום" יא ניסן.

**) ראה מאמר ד"ה ואתה קדוש (נדפס בספר המאמרים אידיש). – נעתק לעיל סימן ס.