ספריית חב"ד ליובאוויטש

עדר

מורנו הבעש"ט איז געבאָרן געוואָרן מאָנטאָג ח"י אלול אין יאָר תנ"ח. ווען רבינו הזקן איז געקומען דעם ערשטן מאָל פון מעזריטש האָט ער דערציילט זיינע איבערגעגעבענע יונגע לייט תלמידים, אַז זייענדיק ביים רבי'ן אין מעזריטש האָט אים דער רבי געזאָגט, אַז עס זיינען פאַראַן צוויי סימנים אויף דעם שנת ההולדה פון רבינו הבעל שם טוב: א) שנת נח"ת נייחא לעליונים און נייחא לתחתונים12. ב) אין דעם יאָר האָט מען אין אַמשטרדם אָפּגעדרוקט דעם ספר של"ה באותיות בהירות.

דער גליקלעכער יום הולדת פון מורנו הבעל שם טוב און דער גליקלעכער יום הולדת פון רבינו הזקן איז ח"י אלול. ביידע – מורנו הבעש"ט און רבינו הזקן – האָבן אַריינגעגעבן אין אידן אַ חיות פּנימי אין דער עבודה פון אני לדודי ודודי לי. ביידע – מורנו הבעש"ט און רבינו הזקן – האָבן געהאַט מסירת נפש אויף צו בריינגען אידן – בלי הבדל בני תורה אָדער אנשים פּשוטים – זיי זאָלן האָבן אַ משיכה צו אַ חיות פּנימי, און האָבן מגלה געווען דעם דרך החסידות וואָס דערמעגליכט אויך אַז אנשים פּשוטים זאָלן לעבן בחיות פּנימי13.


-----  הערות  -----

12) ראה ג"כ שיחת כ כסלו תרצ"ג אות א – נעתק לעיל סימן ער.

13) ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 170-169. וראה ספר השיחות תש"ג ע' 188. לקוטי שיחות ח"ד ע' 1353. ח"ט ע' 337 ואילך. ובלקוטי שיחות ח"ד שם: ידוע פתגם כ"ק מו"ח אדמו"ר שליט"א (שיחת ח"י אלול ה'ש"ת) אשר הבעש"ט ואדה"ז, שניהם המשיכו, בכאו"א מישראל, חי, חיות פּנימי, בהעבודה דאלו"ל, אני לדודי ודודי לי.

ובדא"פ י"ל שבעבודה זו גופא, פעל הבעש"ט, בעיקר, מלמעלמ"ט – מופתים, יסודי תורת הדא"ח, הליכותיו ונסיעותיו אל המקבל. ואדה"ז בעיקר בדרך מלמטלמ"ע, ויש לקשר זה ג"כ עם שני הענינים שבראש וסוף המאמר*: א) להודיע להבע"ת אשר עמך הסליחה ב) לפעול שיהי' למען תורא, יראה עצמיית, ואכמ"ל.

-----שולי הגליון-----

*) הכוונה לקונטרס ח"י אלול תש"ט (ספר המאמרים תש"ט ע' 215 ואילך).