ספריית חב"ד ליובאוויטש

כח

קרח טז, ל: ואם בריאה יברא ה'.

מורנו הבעש"ט האָט מבאר געווען דעם פסוק ואם בריאה יברא ה' איז ר"ת אביי.

די גמרא אין נדרים92 (וברש"י במקומו) פרעגט: והלא אין כל חדש וגו'93, און ענטפערט, אַז דאָס איז דער פי הארץ שנברא בע"ש בין השמשות, נאָר מען האָט איהם מקרב געווען צו דעם זמן.

האָט מען ביי איהם געפרעגט דער "ואם" הויבט זיך דאָך אָן מיט אַ "ואו". האָט מורנו הבעש"ט געענטפערט, אַז אפילו אביי האָט אויך ניט געקענט גאָרניט טאָן אָן דעם "ואו", ווייל ו' איז מרמז דעם ענין פון המשכת התורה. אביי איז געווען דער מקור פון תורה שבעל פה, כידוע מהגמרא94, אביי ורבא תרווייהו מבית עלי וכו' אביי דעסק בתורה וכו', ווייל דורך תורה קען מען ממשיך זיין דעם פי גן עדן און אויך דעם פי95 הגיהנם96.


-----  הערות  -----

92) לט, ב.

93) קהלת א, ט.

94) ראש השנה יח, א.

95) ראה נדרים שם.

96) ספר השיחות ה'תש"א ע' 37. ושם לפנ"ז: אַמאָל האָט מורנו הבעש"ט געפּראַוועט אַ מופת אין דער שטאָט בראָד, האָט מען אים געוואָלט מחרים זיין, האָט מורנו הבעש"ט זיי געזאָגט, אַז ער טוט דאָס ניט אַליין נאָר בשותפות מיט אביי. און מורנו הבעש"ט [ההמשך בפנים].