ספריית חב"ד ליובאוויטש

רפ

מורנו הבעל שם טוב איז געבליבען אַ יתום פון זיין הייליגען פאָטער צו פינף יאָר מיט דער קורצער צוואה:

מיין קינד – זאָגט דער אַלטער גאון וצדיק ר' אליעזר, ליגענדיק אויפן טויטען בעט אין די לעצטע מינוטען פון זיין לעבען אויף דער וועלט, צו זיין פינף יאָריקען בן יחיד – מיין קינד זאָלסט ניט מורא האָבען פאַר קיינעם און פאַר קיין זאַך אויף דער וועלט מער ניט פאַר גאָט אַליין. זאָלסט ליעב האָבען מיט דער גאַנצער טיפעניש פון האַרצען און מיט דעם פלאַם פון דער נשמה יעדען אידען אָן קיין אונטערשייד, ווער ער זאָל ניט זיין און ווי עס זאָל ניט זיין.

אין דער קורצער צוואה האָט דער הייליגער פאָטער איבערגעגעבען זיין בן יחיד דעם פינף יאָריקען קינד דעם גאַנצען צידה לדרך אויף דעם גאַנצען לעבען.

דעם פאָטערס קורצע צוואה, יראת השם און אהבת ישראל, איז באַ מורנו בעל שם טוב, די שני לוחות הברית, און דער עץ החיים און עץ הדעת פון זיין הייליגען לעבען. וואו ער גייט און וואו ער שטייט לייכט אים דער עמוד האור פון דעם שויתי ה' לנגדי תמיד26, און עס ברענט אין אים דער הייליגער עמוד האש פון אהבת ישראל27.


-----  הערות  -----

26) תהלים טז, ח.

27) לקוטי דיבורים ח"ג שפה, ב ואילך. ספר השיחות תש"א ע' 153 ואילך. וראה רשימת כ"ק אדמו"ר מהוריי"צ נ"ע (ע"פ רשימת אדמו"ר הזקן) נדפסה בקובץ יגדיל תורה (ניו יארק) שנה ג' חוברת ו' (לא), וז"ל:

בס"ד יום ג' קדושים

שמעתי מכ"ק אאמו"ר הרה"ק שליט"א בשם הישיש מראדמיסעל[ftnref_3_1], כי הוא הי' בין אלו שהיו מנקים את הספרים והכתבים קודם הפסח אצל כ"ק אאזמו"ר הצ"צ זצוקללה"ה, והי' מונח הרבה כתבים. עלים. ואגרות, בשייד. והי' צעטיל א' ארוך כתי"ק כ"ק אדמו"ר הגדול זצוקללה"ה[ftnref_4_2], וזה הי' נכתב בו ממה שזוכר,

יש פלוגתא בין ר"א וחכמים על אברהם אבינו ע"ה, דא' סובר דבן ג' שנים הכיר אברהם את בוראו, וא' סובר בן מ"ח שנה, ועל הבעש"ט הכל מודים דבן ג' שנה הכיר, אביו ר"א הי' בן מאה שנה ואמו שרה היתה בת צ'. ופעם א' גילו לו בחלום שיקדש את עצמו, כי יולד לו בן שיאיר לישראל. והתקדש ונולד הבעש"ט. ונולד שלא כדרך כל הילדים. בהיותו בן ג' חדשים הי' הולך ומדבר, ובהיותו בן שנה וחצי, הסתלק אביו ר"א, וקודם הסתלקותו, א"ל אל תפחד משום אדם, כ"א מן הקב"ה בעצמו. לעת היצ"ט של אביו ר"א מתה אמו שרה, והוא הי' הולך ברחובות, ומקל בידו, והיו אנשי העיר מחזיקים אותו. והוא לא הי' מתיירא משום דבר והי' הולך ליערות וכו'. בליל שבו נגמר לו ג' שנים, הי' ליל חשך ואפילה וגם שוטף. לקח את המקל והלך לו לילך ליער, א"ל בני אדם היאך אתה לילך בליל חשך ואפילה כזו. הושיב אין אני ירא משום דבר כ"א מן הקב"ה בעצמו. כשבא לעומק היער ראה בית גדול ומפואר והי' בו אור רב, ונכנס לחדר לפנים מחדר, עד שנכנס לחדר שכל הלצים שילוחות דסמא' יושבי' מסובים. א"ל האיך אין אתה ירא לכנוס לכאן. אמר אין אני ירא משום דבר כ"א מהקב"ה בעצמו. א"ל אינגעלע ועסטו מודה זאיין אַז עזב הוי' את הארץ צעק יתפרדו כל פועלי עון, ונתבטלו כלא הי'. עד י"ח שנה למד אתו אחי' השילוני. ואח"כ זכה להיות תלמידו של משיח. בהיותו בן י"ג שנה למד אותו כל השמות וכינוייהן, לבד שם א' שלא למדו. ושאלו הבעש"ט מפני מה הושיבו כי השם הזה גם הוא אינו יודע ומסור ביד הס"מ, כי לא רצה לחרוב את הבית עד שיתנו לו שם זה במשכון, כי בשם זה תלוי הגאולה, והתחיל להתעסק להוציא את השם הזה, ואמרו לו מלמעלה הרבה השתדלו בזה וניזקו. הושיב כי אין אני ירא משום דבר כ"א מן הקב"ה בעצמו. עד אשר הביא את הס"מ, ואמר הס"מ טפה סרוחה לא הייתי בעוה"ז עד עתה אלא ב' פעמי' בזמן חורבן בית ראשון ושני (ולי ספר הישיש שהב"פ א' בזמן עץ הדעת והב' בזמן [. . .[ftnref_5_3]]) והיאך העזת להביאני. הושיבו אין אני ירא משום דבר כ"א מן הקב"ה בעצמו, והוציא בלעו מפיו. (ועוד הי' כתוב שם מה. אך אינו זוכר מה שהי' כתוב, ובסוף הי' כתוב בזה"ל) כ"ז זכיתי לשמוע מפי הבעש"ט בהקיץ.

ומספר הישיש הנ"ל כי הוא רצה להעתיק זאת וכבר הכין נייר ועט עופרת ונכנס כ"ד הרב מהרי"ל זצ"ל ואמר לו כי אל יעשה זאת, כי כבר העתיק זה הרב ר"ה מפּאַריץ, ונשרף אצלו עם עוד איזה כתבים שלו. וגם אבא (אמר על כ"ק הצ"צ) יקפיד עבור זה, ומשו"ז מנע את עצמו מלהעתיק.

וראה גם ספר השיחות תש"ג ע' 156 ואילך. ושם:

פינף יאָר אַלט בין איך געבליבן אַ יתום פון מיין פאָטער און מוטער. די לעצטע ווערטער פון מיין הייליגען פאָטער פאַר זיין פּטירה איז געווען זיין צוזאָג: ישראל'יק זאָלסט פאַר קיינעם ניט מורא האָבן נאָר פאַר ג-ט ב"ה אַליין.

נאָך מיין פאָטערס צוזאָג פאַר קיינעם ניט צו מורא האָבן נאָר פאַר ג-ט ב"ה אַליין האָט מיך אָנגעהויבן ציהען צו גיין אין די פעלדער און אין דעם טיפן גרויסן וואַלד וואָס לעבן אונזער ישוב. ווען איך פלעג אַוועקגיין פון חדר פלעג איך גיין אין פעלד און פלעג חזר'ן אויסענווייניג דאָס וואָס איך האָב געלערנט אין חדר. אָפט פלעג איך נעכטיגען אין פעלד אָדער אין וואַלד.

מיינע אפּוטרופּסים, וועלכע פלעגען השגחה געבן אויף מיר און אויף נאָך עטלעכע יתומים און יתומות, האָבן ניט געדולדעט מיין הנהגה, וואָס איך גיי אין פעלד און אין וואַלד, און האָבן מיר שטאַרק מיצר געווען.

אַזוי האָט געדויערט צוויי יאָר. ביז איינמאָל קומענדיג נאָך דעם וותיקין מנין אין וואַלד, האָב איך דערהערט אַ מענשליכע שטימע. בין איך געגאַנגען נאָך דעם קול און איך האָב דערזעהען אַ איד שטייט איינגעהילט אין טלית ותפילין און דאַווענט מיט אַזאַ התלהבות, וואָס איך האָב נאָך קיינמאָל ניט געהערט.

איך האָב זיך באַהאַלטן הינטער די בוימער און מקבל נחת געווען פון דעם אידענס דאַוונען. איך בין געווען זייער פאַרוואונדערט און האָב געטראַכט, אַז געוויס איז דער הייליגער מאַן איינער פון די ל"ו

צדיקים נסתרים, וואָס זיינען אויף דער וועלט. דער צדיק האָט מסיים געווען דעם דאַוונען און האָט אויסגעטאָן דעם טלית ותפילין, דאַן האָט ער געזאָגט תהלים מיט אַ גרויסער מתיקות.

אַ משך זמן איז דער איד געזעסן און האָט געלערנט מיט אַ גרויסן געשמאַק, דאַן האָט ער צוזאַמענגעלייגט די ספרים און טלית ותפילין אין זיין זאַק, אָנגעטאָן דעם זאַק אויף די פּלייצעס, גענומען דעם שטעקן און גענומען גיין. דאַן בין איך אַרויס פון מיין באַהעלטעניש און געגאַנגען אַנטקעגען דעם אידן.

ווען דער איד האָט מיר דערזעהען האָט ער מיך געפרעגט: ווי קומט אַ קליינער אינגעל זיין אַליין אין וואַלד, וואָס טוסטו אין וואַלד, האָסטו גאָר קיין מורא ניט צו גיין אַליין אין וואַלד. איך האָב אים געענטפערט אַז איך ליעב די פעלד און דעם וואַלד ווייל דאָ אין פעלד און וואַלד זיינען ניטאָ קיין מענשען וואָס זיינען רובא דרובא בעלי גאוה און שקרנים, איך האָב פאַר קיינעם קיין מורא ניט, איך בין אַ יתום אָן אַ מוטער און אַ פאָטער, מיין פאָטער ע"ה פאַר זיין פּטירה האָט מיר געזאָגט: ישראליק זאָלסט פאַר קיינעם ניט מורא האָבן נאָר פאַר ג-ט ב"ה אַליין, האָב איך פאַר קיינעם ניט מורא.

דער איד האָט מיך געפרעגט צו איך בין ר' אליעזר'ס אַ זון. ווען איך האָב געענטפערט אַז מיין פאָטער האָט מען גערופן מיט אַזאַ נאָמען, האָט דער איד אַרויסגענומען אַ גמרא פּסחים און האָט מיט מיר געלערנט אַ משך זמן, און איך בין מיט דעם אידן אַוועק אין וועג ניט וויסענדיג וואוהין מיר גייען און נאָך וואָס מיר גייען.

אויף אונזער וואַנדער-וועג פלעגן מיר זיך אויפהאַלטן אין פאַרשידענע שטעט און שטעטלעך, דערפער און ישובים, פאַרשידענע צייטן, אַמאָל עטלעכע טעג אַמאָל אַ וואָך און מער. דער נאָמען פון דעם אידן האָב איך ניט געוואוסט. אַלע טאָג פלעגט ער מיט מיר לערנען, ער האָט קיינמאָל באַ קיינעם קיין נדבות ניט גענומען, און ער האָט מיך די גאַנצע צייט געשפּייזט. אַזוי איז געווען דריי יאָר צייט.

איינמאָל זייענדיג אין אַ קליין ישוב זאָגט צו מיר דער איד: דאָ ניט ווייט אין וואַלד וואוינט אַ איד אַ ירא שמים און אַ למדן, וועט ער מיך לאָזען באַ אים אויף אַ געוויסען משך זמן, און – כך הוה. דער איד האָט מיך צוגעפירט צו דער הייזיל, האָט מיר איבערגעגעבען צו דעם בעל הבית און איז אַוועק.

פיר יאָר צייט בין איך אָפּגעווען באַ ר' מאיר'ן אין זיין וואַלד-שטיבל, און די גאַנצע צייט האָט ר' מאיר מיט מיר געלערנט בשקידה עצומה. אַלע טאָג פלעגן מיר גיין אין ישוב דאַוונען תפלה בצבור. קיינער פון די בעלי הישוב האָט נישט געוואוסט אַז ר' מאיר איז אַ גאון אַ צדיק נסתר, פאַר זיי איז ר' מאיר געווען אַ בעל מלאכה אַ סמאָלע ברענער.

באַ ר' מאיר'ן האָב איך זיך דערוואוסט פון די צדיקים נסתרים און פון גרויסן גאון וצדיק ר' אדם בעל שם, און דאַן בין איך אַריין אין דער עדת הצדיקים הנסתרים און האָב ווידער אָנגעהויבן וואַנדערן מעיר לעיר פון ישוב צו ישוב אין פאַרשידענע שליחות'ן, וואָס די הנהלה פון עדת הצדיקים האָט אויף מיר אַרויפגעלייגט.

זייענדיג ניט קיין פולע זעכצן יאָר האָב איך שוין געהאַט אַ היבשע ידיעה אין קבלה און איך האָב מזמן לזמן געדאַוונט ע"פ קבלת האריז"ל מיט יחודי השמות, ווי הצדיק נסתר קדוש ונורא ר' חיים ז"ל האָט מיר געלערנט.

וראה לקוטי שיחות ח"ב ע' 594.

-----שולי הגליון-----

1) ראה ספר השיחות תרפ"ט ע' 59 הערה 26.

2) ראה ספר השיחות שם ע' 26.

3) בהצילום שתח"י, נחתכו מהגליון תיבות אחדות.

**********