ספריית חב"ד ליובאוויטש

רפד

זייענדיק אַלט פערצען יאָר גייט מורנו הבעל שם טוב אַריין אין דער מחנה ישראל פון די צדיקים הנסתרים, דאָס איז געווען אין דער צייט פון דער פירערשאַפט פון דעם גרויסען הייליגען בעל שם הגאון הצדיק ר' אדם מראָפּשיץ, דער תלמיד מובהק און נאָכפאָלגער פון דעם גאון הצדיק ר' יואל בעל שם מזאַמושטש, וועלכער איז געווען דער תלמיד מובהק און נאָכפאָלגער פון הגאון ר' אליהו בעל שם מווירמייזא32.


-----  הערות  -----

32) לקוטי דיבורים ח"ג שפו, א. ספר השיחות תש"א ע' 154. וראה ספר השיחות תש"ג ע' 167.