ספריית חב"ד ליובאוויטש

רפה

מורנו הבעש"ט איז געווען אַ וואַלגער יתום-אינגל אויף וועלכן קיינער קוקט זיך ניט אַרום. ער האָט ניט געהאַט קיין באַשטימטען וואוין- אָרט. פאַר אַ געוויסע צייט ווערט ער אַ געהילף-שמש, פילט-אָן ריינע וואַסער אין כיור, גיסט אַרויס די אומריינע, קערט אויס די שול, בריינגט קינדער צו די מלמדים און פירט-זיי-אָפּ צוריק צו זייערע היימען. שפּעטער לעבט ער אין אַ קליין אָרעמער צובראָכענער שטיבל אין אַ בלאָטיקער געסל און ווערט אַ ליים-פירער פאַרבריינגט טעג און נעכט אין די בערג און וועלדער און טרעפט-זיך מיט די צדיקים נסתרים. אין אַן אַנדער אָרט ווערט בארוכה באַשריבען ווען און באַ וועלכע אומשטענדען מורנו הבעש"ט ווערט דער נשיא הנסתרים און גיט זיך אָפּ מיט פּדיון-שבויים33. אידן וואָס זיינען אַריינגעפאַלען צו פּריצים אין די הענט פאַר ניט האָבען צו באַצאָלן די אַרענדע אָדער פאַר אַנדערע זאַכען און די פּריצים האָבען זיי באַהאַנדעלט ווי געפאַנגענע. ביז עס איז געקומען די גליקליכסטע הייליק-ליכטיקע התגלות-צייט34.


-----  הערות  -----

33) ראה גם ספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 83. הועתק לעיל סימן רנז.

34) ספר השיחות תש"ח ע' 242. ושם לפנ"ז: באַ תלמידי הבעש"ט איז געווען אַ סדר קבוע אין געוויסע זמנים – על פי צוואת ואזהרת מורם רבינו הבעש"ט – צו דערציילען דעם סדר תולדותיו און וואָס עס האָט מיט אים פּאַסירט בפּרטיות ביז דעם זמן ההתגלות [ההמשך בפנים].