ספריית חב"ד ליובאוויטש

רפט

מורנו הבעל שם טוב ווערט דער נשיא פון דער מחנה צדיקים הנסתרים, און האָבענדיג אין משך פון יאָרען אויפגעשטעלט אין הונדערטער קהלות חדרים און ישיבות, האָבענדיג אויפגעשטעלט דעם חינוך אַפּאַראַט דורך מלמדים פון דער מחנה צדיקים נסתרים, גיט אַרויס מורנו הבעל שם טוב אַ דרך אין עבודה און אהבת ישראל, און אַז די מחנה צדיקים נסתרים זאָלען נעמען אויף זיך די אויפגאַבע צו הויבען די פּשוטע פאָלקס מענשען פון דעם עם הארצות זומפּ און ברענגען זיי צום תורה טיש.

מורנו הבעל שם טוב איז דער גייסטיגער יורש פון דעם אַלעמען באַוואוסטען עין טוב און אוהב ישראל, דער רמב"ן – ר' משה בן נחמן – וואָס געפינט אַ טרייסט וואָרט צו די ליידענדע אידען אין זיין צייט, ווען עס האָט געבושעוועט די גזירת השמד, און האָט אויסגעשטרעקט אַ טרייסט האַנט צו די אנוסים, און האָט זיי צוריק געבראַכט אין אידישען לאַגער.

מורנו הבעל שם טוב זעהט אין יעדער אידישער תנועה אַ תפלה צום בורא עולם, אין יעדער אידישען קרעכץ זעהט מורנו הבעל שם טוב אַ תשובה-קער צום רבונו של עולם.

מורנו הבעל שם טוב דערצעהלט זיינע תלמידים, ווי אַמאָהל האָט אַ געשריי ג-ט האָב רחמנות און אַ קוקורעקו קריי פון אַ פּראָסטען דאָרפס בחור צובראָכן אַלע מסכים המבדילים און מבטל געווען אַ גזרה רעה38, ווי אַמאָהל אַ ערנסטער געוויין פון אַ פּראָסטער אידענע וואָס האָט ניט געקענט דאַוונען, זי איז געשטאַנען אין דער ווייבערשער שול און געהערט ווי אַלע דאַוונען יום כפּור און וויינען זייער, זאָגט זי רבש"ע אַזאַ געוויין קען דערנעמען אפילו אַ טאַטערישע האַרץ, האָט די תפלה פון יענער אידענע פּועל געווען אַז יענער יאָר איז אין יענער קהלה געווען אַ שנת ברכה אין בני חיי ומזונא39.


-----  הערות  -----

38) ראה בארוכה אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ד ע' שיד ואילך.

39) לקוטי דיבורים ח"ג שפט, א ואילך. ספר השיחות תש"א ע' 157 ואילך.