ספריית חב"ד ליובאוויטש

כט

בלק כג, י: מי מנה עפר יעקב.

. . . עס איז געווען דער הייליגער בעל שם-טוב – ר' ישראל בעל שם טוב – האָט ער אויסגעטייטשט דעם פּסוק מי מנה עפר יעקב, אידען זיינען געגליכען צום ערד-קוגעל ווי עס שטעהט97 כי תהיו אתם לי ארץ חפץ, אין דעם ערד-קוגעל ליגען די גרעסטע אוצרות ווי מעטאַלען, אַלע מיני וואַסערען – עס איז נאָך ניט גענוג אויסגעפאָרשט געוואָרען אַלעס וואָס די ערד פאַרמאָגט אין זיך, עס זיינען נאָך דאָ פיל זאַכען וואָס מען וועט נאָך געפינען אין די ווייטערע אויספאָרשונגען – און בפרט דער גרעסטער בעסטער וואוקס קראַפט – כח הצומח – וואָס דער ליבער ג-ט ברוך-הוא האָט געגעבן דער ערד, אַז זי – די ערד – איז די באַשעפעניש וועלכע גיט שפּייז פאַר אַלע באַשעפענישען.

די ערד ווערט פון אַלעמען געטראָטען און אַלע מוזען אָנקומען צו איהר צו באַקומען איהר פּראָדוקציע פון שפּייז און וואַסער, אָבער צו באַקומען די ערד-פּראָדוקציע מוז מען לעגען פיל מיה, צו גראָבען אין דער טיפעניש פון דער ערד ווי אויך אַקערען און זייען.

דאָס איז דער מיין פון דעם וואָס אונזער ליבער ג-ט ב"ה רופט אונז אידען מיט'ן נאָמען ארץ חפץ, ליבע ערד. אידען זיינען געגליכען צו דער ערד, ווייל אידען אַנטהאַלטען אין זיך געבירטליכע אמונת ה' און אהבת ה', די גרעסטע וועלט מאָראַלישע און וויסענשאַפטליכע אוצרות. אויף אַלע געביטען זיינען ב"ה די אידען – לויט דעם פּראָצענט פון דער באַפעלקערונג – די מעהרסטע בעסטע שעהנסטע און וויכטיגסטע, פאַר דער מענשהייט, וועלט און וויסענשאַפט אַנטוויקלונג.

די ערד, אַלע טרעטען אויף איהר און אַלע מוזען זי האָבען, ביים לעבען און אויך נאָכ'ן טויט. אויך די אידען ווערען געטראָטען אויף פאַרשידענע אופנים און אַלע מוזען צו זיי אָנקומען.

אידען, ווער זיי זאָלען ניט זיין, אַלט און יונג, מענער און פרויען, פרום און פריי, און אין וועלכען פּלאַץ עס זאָל ניט זיין האָבען זיי דעם אויבענדערמאָהנטען גלויבען – אמונה – און ליבשאַפט – אהבה – און פורכט – יראה – אוצרות צו און פאַר אונזער ליבען ג-ט ב"ה נאָר מען באַדאַרף דאָס מיט גרויס מיה אויפדעקן, אָט אַזוי ווי מען דעקט אויף די טיף אין דער ערד באַהאַלטענע אוצרות98.


-----  הערות  -----

97) מלאכי ג, יב.

98) אגרות-קודש אדמו"ר מהוריי"צ ח"ה ס"ע שמח ואילך. וראה לקמן סימן נז. קכה.