ספריית חב"ד ליובאוויטש

רצא

אין די יאָהרן, וואָס הוד כ"ק מורנו הבעש"ט נ"ע איז געווען בהסתר, איז ער מיט זיינע חברים הצדיקים הנסתרים פלעגען אַרום גיין אין פערשידענע שטעט און ישובים און פלעגען אָפט מאַכען פערשידענע געשפּרעכען מיט גאָר פּשוט'ע יודען און שטאַרקען זיי אין אמונה און בטחון42.


-----  הערות  -----

42) לקוטי דיבורים ח"ב ריט, א. ספר השיחות תרצ"ו ע' 35. וראה שם הסיפור בהמשך לזה.