ספריית חב"ד ליובאוויטש

רצב

ווי ידוע דער זיידע (דער בעל שם טוב) בעפאָר ער איז נתגלה געוואָרען, פלעגט ער אַרומפאָהרען פון שטאָט צו שטאָט און פון איין מושב פון אידען צו דעם צווייטען, מעורר זיין אידען און שטאַרקען זיי מיט מוטה און אין גייסט, און אויך זעהן זייער לאַגע און מעורר רחמים זיין, מתפּלל זיין פאַר זיי. מען האָט נאָך ניט געוואוסט ווער ער איז43.


-----  הערות  -----

43) לקוטי דיבורים ח"ד תרצה, א. ספר השיחות תרח"ץ ע' 277. וראה שם הסיפּור בהמשך לזה.