ספריית חב"ד ליובאוויטש

רצד

איינע פון די עניני ההשתדלות צו מקרב זיין אַ אידן איז טאָן יענעם אַ טובה אויך בגשמיות. אויסער דעם וואָס דאָס אַליין גייט אַריין אין אהבת ישראל, העלפט דאָס אויך צו מקרב זיין יענעם לרוחניות. מען דאַרף ניט וואַרטן און תולה זיין גשמיות אין רוחניות דוקא, בתנאי כו', נאָר מען דאַרף טאָן אויך בגשמיות, ניט שטעלנדיק קיינע תנאים, וואָס דאָס איז דאָך געווען דער אויפטו וואָס איז נתחדש געוואָרן פון בעל שם טוב אין דעם דרך העבודה פון די צדיקים הנסתרים בשנת תבוא45 עליו ברכה46.

**********


-----  הערות  -----

45) ראה לעיל סימן רפג-רפד.

46) לקוטי שיחות חלק א ע' 261. חלק יז ע' 220 הערה 51.