ספריית חב"ד ליובאוויטש

רצו

מורנו הבעש"ט איז געווען אַ סך יאָהרען אַ מתבודד. ער איז געווען אין עולם שכלו טוב, כלו אור. געלערנט מיט אחי' השילוני געזעהן זאַכען מסוף העולם ועד סופו, געהערט שיחת בעלי-חיים ודקלים געגאַנגען אין עולמות העליונים און האָט זייער ניט געוואָלט אַרויסגיין פון דער התבודדות-וועלט.

פון די כתבים וואָס ר' אדם בע"ש שרייבט למורנו הבעש"ט48 אין וועלכע ער איז מכריח את מורנו הבעש"ט צו מגלה זיין זיך, איז מובן צוויי זאַכען, די גוטסקייט און גרויסקייט פון התבודדות, אָפּגעזונדערטקייט פון דער וועלט, און די הויכקייט און די נויטיגקייט פון התגלות, זיין אין וועלט.

מיר אַלע וועלכע לעבען אין זיבעטן דור פון דורו של מורנו הבעש"ט נ"ע, זעהן במוחש דעם אונטערשייד צווישען התבודדות און התגלות.

וויפעל צדיקים נסתרים און בעלי-שם זיינען געווען ביז מורנו הבעש"ט. ר' יואל בעל-שם, ר' אדם בעל-שם, ר' מרדכי הנסתר, ר' קהת הנסתר, יעדער פון זיי האָט אַ סך אויפגעטאָן בדורו, הן ישועות ורפואות פּרטיות און הן ישועות והצלחות כלליות.

אויך דער בעש"ט איידער ער איז נתגלה געוואָרען האט אויפגעטאָן שטילערהייט גרויסע זאַכען, אָבער דאָס אַלץ איז גילוים פון אַ מתבודד, ניט קיין גילוים פון התגלות, נאָר ווען מורנו הבעש"ט איז נתגלה געוואָרען האָט זיך אָנגעהויבען אַ סדר פון גילוי אור, מיט עבודה פון סדר והנהגה . . .

התבודדות און התגלות זיינען צוויי דרכים אין עבודה, וואָס יעדער פון זיי האָט אַ מעלה מיט אַ חסרון.

מעלת ההתבודדות איז, וואָס דאָס איז אַ בית-יד צום שכל, און חסרונו איז, וואָס דורך דער עבודה פירט זיך ניט דורך די כונה פון בירור וזכוך העולם.

מעלת ההתגלות איז וואָס עס איז פאַראַן גילוי אור בעולם, וחסרונו איז, וואָס תחלת הגילוי ברענט און ברעכט די וועלט.

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו49, האָט דער אויבערשטער ב"ה רחמנות געהאַט על עם קדושו בניו ונחלתו, און האָט מסבב הסבות געווען אַז מורנו הבעש"ט נ"ע זאָל נתגלה ווערען און אַז מיט זיין התגלות און דורך אים זאָל נתגלה ווערען אַ נייער דרך אין עבודה, וואָס דער דרך וועט זיין אַ התכללות פון די ביידע מעלות וואָס אין התבודדות און וואָס אין התגלות . . .50

מורנו הבעש"ט נ"ע האָט זיך ניט געוואָלט מגלה זיין. אין דעם ניט וועלן מגלה זיין זיך זעהען מיר אָן צוויי זאַכען, ניט ער האָט געוואָלט געזעגענען זיך מיט דער התבודדות וועלט, און ניט ער האָט געוואָלט קומען אין דער התגלות וועלט.

מורנו הבעש"ט האָט זיך אַ משך זמן רב געראַנגעלט מיט ר' אדם בע"ש און האָט זיך משתמט געווען פון מסכים זיין אויף נתגלה ווערן ביז זיין רבי, אחי' השילוני, האָט אים געזאָגט אַז מיט דער התגלות וועט ער ערשט צוקומען צו דער הפלאת המעלה פון התבודדות.

דאָס הייסט, אַז זיין רבי אחי' השילוני האָט אים געגעבען אַ הבטחה אַז אין זיין התגלות וועלען זיך צונויפקומען ביידע מעלות, אי די מעלה פון התבודדות, אי די מעלה פון התגלות . . .51

מיט דער התגלות פון מורנו הבעש"ט האָבען מיר זוכה געווען צו גילוי פון פּנימיות התורה.

דאָס הייסט, אַז דורך למוד פּנימיות התורה און קיום המצות איז מען מכשיר דעם עולם אַז וועלט זאָל זיין אַ כלי צו אלקות, און דורך פּנימיות התורה, למוד החסידות וההתעסקות בחסידות איז מען ממשיך גילוי אלקות בעולם.

תורת מורנו הבעש"ט איז כלולה פון די צוויי מעלות, די מעלה פון התבודדות און די מעלה פון התגלות, ד. ה. אַז תורת מורנו הבעש"ט איז אַ בית-יד צום גילוי אור עצמי פון התגלות אַז דער גילוי אור עצמי פון התגלות זאָל זיין בתפיסה בכלי ההשגה52.


-----  הערות  -----

48) "התמים" חוברת א ע' יד [ח, ב] ואילך.

49) תהלים קו, א. ועוד.

50) וממשיך שם: דער שורש הענין איז כבר הי' לעולמים. די צוויי דורות, דורו של אברהם אבינו ודורו של משה רבינו, וואָס דאָס זיינען צוויי דורות של אור וגילוי, נאָר דאָך זיינען זיי חלוקים זה מזה בעצם ענינם. עד אברהם הי' העולם מתנהג באפלה, בא אברהם התחיל להאיר*. ביז אברהמ'ן זיינען אויך געווען צדיקים גדולים**, אָבער דער זמן בכללות איז געווען אַ גילוי אור וועלכער איז העכער פון התיישבות, ד. ה. אַז דער אור זאָל זיין בהתיישבות האָט מען אויף דעם געדאַרפט האָבען אַנדערע ענינים.

די גמרא זאָגט: (סנהדרין צ"ו ע"א) תנא דבי אליהו, ששת אלפים שנה הוי עלמא, ב' אלפים תהו, ב' אלפים תורה, ב' אלפים ימות המשיח. איז אין די שני אלפים תהו, הגם עס זיינען געווען גילוים נעלים צו די צדיקים הגדולים מכל מקום איז דאָס אור התהו, און דער אור התהו ווערט אין עולם התקון אָנגערופן אפלה.

אברהם אבינו איז געווען בתחלת שני אלפים תורה, איז התחיל להאיר, ווייל תורה איז אור המאיר, אָבער דאָס איז אור פון התבודדות, אַ אור בלתי מסודר, השפּעת החסד לכל, און מאַכען אַלעמען פאַר עובדי ה', ווייל דאָס איז אַ אור וואָס איז העכער פון כלים און איז ניט שייך צו כלים.

דורו של משה איז שוין גאָר עפּעס אַנדערש. משה איז חכמה דאצילות, חכמה איז אויך העכער פון כלים ממש. כלים ממש איז בינה, חכמה איז למעלה מכלים ממש, אָבער דאָס איז אור שבא בהתיישבות בכלים און אפילו די העכסטע מדרגה פון חכמה קען האָבען אַ אחיזה בכלי.

מיר זעהען אין לעבען ווען איינער דערזעהן אַ ציור נאה ביותר אָדער דערהערט אַ טיף רייכען שכל-וואָרט, ווערט ער אינגאַנצען פאַרחאַפּט פון דעם אַז אים נעמט אָפּ דער לשון ר"ל, ער האָט ניט קיין ווערטער און קיין אויסשפּראַך, ער איז ממולא, פול מיט אור.

ווען מען לערנט חומש, די טאָג פּרשה, און עס קומט דער וואָכעדיגער מיטוואָך פון פּרשת שמות און

מען לערנט די פּרשה ומשה הי' רועה וגו' ביז זה שמי לעולם וזה זכרי לדר דר, און מען קוקט זיך גוט צו מיט'ן עין השכל אין דעם גאַנצען ענין פון דעם וואָס עס קומט פאָר אין דער פּרשה, יעמאָלט קען מען האָבן אַ אפס קצה הבנה אין דעם ענין פון דער געראַנגעל וואָס מורנו הבעש"ט האָט זיך געראַנגעלט מיט ר' אדם בעל שם מכח דעם ענין ההתגלות [ההמשך בפנים].

51) וממשיך שם: ומשה הי' רועה וגו' ער האָט בוחר געווען זיין אַ רועה צאן בכדי ער זאָל קענען זיין אַ מתבודד און התבודדות האָט די גרעסטע מעלה וואָס דאָס איז אַ בית-יד צו שכל, איז דאָרטען אים נתגלה געוואָרען דער אור אלקי. ווען משה רבינו האָט דערזעהען אור אלקי האָט ער זיך געזאָגט (שמות ג' ג') אסורה נא ואראה את המראה הגדול הזה, זאָגט רש"י אסורה מכאן להתקרב לשם.

אין דעם אסורה מכאן להתקרב לשם איז תלוי די גאַנצע מענשהייט און אין דעם ליגט די גאַנצע עבודה בכלל און די עבודה פון אַ מתבודד בפרט.

אסורה מכאן להתקרב לשם. ער – דער מתבודד – האַלט אין איין שטייגען, ער גייט אַלץ העכער.

אסורה מכאן להתקרב לשם, וואו ער איז וויל ער אַלץ העכער, און דער וועהל זיינער גיסט זיך אויס אין צוויי תנועות, אין דעם תנועה פון אסורה מכאן, און אין דער תנועה פון להתקרב לשם.

דער ענין פון אסורה מכאן להתקרב לשם איז אַ ענין כללי. ד. ה. דאָס איז אַ תוכן פּנימי ניט נאָר אין אַ ענין פּרטי, נאָר דאָס איז דער תוכן פּנימי פון אַ ענין כללי און דאָס איז די העכסטע דרגא אין אנושיות בכלל און אין עבודה בפרט.

אסורה מכאן להתקרב לשם איז דער ענין פון שאיפה, שטרעבען. די שאיפה עפענט נייע מקורים אויף צו שטאַרקען די כחות וחושים ביז ער ווערט אַ מעין הנובע, און אַ נהר שאינו פּוסק.

אסורה מכאן להתקרב לשם איז פאַראַן הן אין השכלה און הן אין עבודה, און אין ביידע פאַלען – השכלה און עבודה – איז דאָס די העכסטע דרגא וואָס בריינגט צו אמת'ע שלמות אין דער מדרגה אין וועלכער ער איז, ד. ה. הן אין השכלה און הן אין עבודה.

אין השכלה איז דער אסורה מכאן להתקרב לשם דער ענין החריפות. ווי מיר זעהען במוחש, אַז דער וואָס איז אַ חריף, איז זיין אופן ההתעסקות במושכלות וואָס ער האַלט אין איין שטייגן און קלעטערן אין די סברות ההשכלה מיט די גרעסטע שאַרפקייט.

יעדע סברא איז באַלד ווי זי ערשיינט ביי אים ווערט זי אַרויסגעשטויסען פון נאָך אַ שאַרפערע סברא, און אַזוי אַרום שטייגט ער פון העכער צו העכער.

די אַלע סברות זיינען די אמת'ע ריינקייט פון השכלה, דאָס זיינען די בליצען פון כח המשכיל וועלכער רעגענט מיט שאַרפזיניגע השכלות, וואָס די סברות שכליים זיינען תנועות פון נפש השכלי, און דורך דעם חוש החריפות קומט מען צו צו די שלמות פון השכלה.

צו קומען צו אַזאַ מדרגה ווי שלמות אין השכלה קען נאָר אַ מתבודד.

אָט דער וועלכער זאָגט זיך אַליין אָפּ פון וועלט-זאַכען און איז משעבד זיינע כחות וחושי הנפש צו השכלה, דער קומט צו צו דער העכסטער שלמות פון השכלה.

משה רבינו, ווען ער איז געווען אַ רועה צאן, איז ער געווען אין דער העכסטער דרגא פון אַ מתבודד, און אַזוי ווי ער האט דערזעהען דעם אור האלקי האָט ער געזאגט אסורה נא ואראה, אסורה מכאן להתקרב לשם, ד. ה. די שאיפה פון אַ מתבודד.

אויף דעם איז געווען דער ענטפער מלמעלה, של נעליך מעל רגליך. די עבודה פון אַ מתבודד איז אַ הויכע דרגא, עס איז אָבער פאַראַן נאָך אַ העכערע עבודה-מדרגה פון דער עבודה-מדרגה פון אַ מתבודד, און אין דער צווייטער הויכער מדרגה איז אויך פאַראַן דער תוכן פּנימי פון אסורה מכאן להתקרב לשם.

נאָר בכדי מען זאָל קענען צוקומען צו דעם אסורה מכאן להתקרב לשם פון דער צווייטער מדרגה, מוז פריער זיין דער של נעליך מעל רגליך.

די הכנה צו דעם אסורה מכאן להתקרב לשם פון דער צווייטער מדרגה ליכט אין דער עבודה פון קענען זיך אויסטאָן פון דעם וואָס שכל פאַרשטייט און זיך משעבד זיין צו העכער פון שכל.

אין דער פּרשה פון ומשה הי' רועה זעהט מען דעם סדר עבודה פון משה, דעם גילוי מלמעלה, ווי השי"ת איז מודיע משה רבינו אַז הוא ית' איז אלקי אברהם אלקי יצחק ואלקי יעקב, וואָס ביז איצטער איז געווען דער סדר עבודה ווי דער תוכן פּנימי פון התבודדות איז, אָבער פון איצטער אָן דאַרף זיך אָנהויבען אַ אַנדער סדר עבודה אַ עבודה פון התגלות.

משה רבינו וויל זיך ניט געזעגענען מיט דער התבודדות וועלט, און וויל זיך ניט באַגעגענען מיט דער התגלות וועלט, און עס גייט אַ דינגעריי ביז השי"ת איז מגלה משה רבינו דעם זה שמי לעולם וזה זכרי לדר דר.

דאָס הייסט, השי"ת האָט מגלה געווען צו משה רבינו דעם סוד פון בירורים, וואָס דאָס איז די כונה עליונה פון בריאת העולם אַז די בירורים זיינען נאָר אין דער עבודה פון התגלות.

מיט דער התגלות פון משה רבינו האָבען מיר זוכה געווען צו מתן תורה, וואָס דורך תורה ומצוה איז מען מברר ומזכך דעם עולם, און [ההמשך בפנים].

52) לקוטי דיבורים ח"א קלז, א ואילך.

-----שולי הגליון-----

*) ראה ב"ר פ"ב, ג. שמו"ר פט"ו, כו.

**) ראה שיחת י"ט כסלו תרצ"ב.