ספריית חב"ד ליובאוויטש

רחצ

איך האָב זיך געמוזט מתגלה זיין און אויספירן די הייליגע שליחות וואָס פון הימל האָט מען אויף מיר אַרויף געלייגט, ווען ניט וואָלט איך געווען אַ גזלן וואָס לויערט אין וואַלד צו באַפאַלן די דורכגייער54.


-----  הערות  -----

54) ספר השיחות תש"ג ע' 192. ושם ע' 191 ואילך: עס איז פאַראַן אַ וואָרט פון מורנו הבעש"ט, וואָס דער בעש"ט האָט געזאָגט זיינע תלמידים נאָך דער פּאַסירונג, וואָס ער – מורנו הבעש"ט – האָט שטאַרק מוכיח געווען אַ אידן אַן אַרענדאַר און האָט אים – ביחידות – אויסגערעכנט דעם צעטל עבירות וואָס ער – דער אַרענדאַר – האָט געטאָן, און דער בעש"ט האָט די שטראָף רייד גערעדט מיט שטאַרקע ווערטער וואָס האָט דעם מוכסן באַדאַרפט זייער וויי טאָן.

דער אופן ווי דער בעש"ט האָט גערעדט צום מוכסן – הגם דעם צעטל עבירות האָבן זיי ניט געהערט ווייל דאָס האָט דער בעש"ט געזאָגט דעם מוכסן ביחידות, אָבער די שטראָף רייד האָבן זיי דאָך יאָ געהערט – האָט זיי זייער געוואונדערט.

דער בעש"ט האָט פאַרשטאַנען אַז די תלמידים וואונדערן זיך אויף זיין שטאַרקן ריידן, האָט ער געזאָגט: [ההמשך בפנים. וממשיך שם:].

פאַראַן זאַכן וואָס ווען מען הערט זיי איז ניט נאָר וואָס מען קען עס ניט פאַרשטיין, נאָר עס שניידט דעם אויער הערנדיק: אַ מנהיג ישראל, אַ גאון און אַ צדיק וואָס פון קינדווייז אָן האָט ער זיך מוסר נפש געוען אויף תורה ועבודה לטובת כלל ישראל, יאָרן לאַנג געלייגט די גרעסטע מיהע איינצופלאַנצן דעם העכסטן איידלסטן אהבת ישראל אין צענדליקער טויזנטער אידישע הערצער, זאָל אויף זיך זאָגן, אַז ווען ער וואָלט זיך ניט מתגלה געווען עפענטליך אַלס בעל שם טוב וואָלט ער געווען אַ גזלן.

מיט דעם מאמר האָט דער בעש"ט פאַרענטפערט פאַר זיינע תלמידים זייער וואונדער פאַרוואָס ער האָט גערעדט צום מוכסן שטאַרקע רייד. עס מיינט צו זאָגן, אַז אַ מנהיג ישראל בעדאַרף ריידן ענטשלאָסן דברים הדברים. און ווען השעה צריכה לכך בעדאַרף מען ריידן מיט דער שטרענגסטער שטרענגקייט, ניט רעכענען זיך מיט דעם כבוד המדומה פון יחידים נאָר בלויז מיט דער טובת הרבים.