ספריית חב"ד ליובאוויטש

ל

מסעי לג, א: אלה מסעי בני ישראל אשר יצאו מארץ מצרים.

וועגן די מ"ב מסעות שבפרשת מסעי, זאָגט דער בעש"ט99 אַז זיי זיינען אַלע פאַראַן ביי יעדער אידן, במשך שנות חייו: "אשר יצאו מארץ מצרים" – לידת האדם, דערנאָך במשך ימי חייו – שאר המסעות, ביז ער קומט צו ארץ החיים העליונה100.


-----  הערות  -----

99) הובא בדגל מחנה אפרים ר"פ מסעי.

100) לקוטי שיחות ח"ד ע' 1083. חכ"ג ע' 225 (ושם: ביז ער קומט צום ברעג פון ארץ החיים העליונה). וראה גם לקוטי שיחות ח"ב ע' 615. ובלקוטי שיחות ח"ד שם (ועד"ז בלקוטי שיחות חכ"ג שם):

און כאָטש אַז צווישן די מסעות זיינען דאָך דאָ מסעות היפּך הרצון העליון, איז לכאורה ווי קען מען אויסשטעלן אַ סדר אַז בחיי כל אחד ואחד מוזן זיין ענינים היפּך הרצון? איז דאָס מובן על פּי ביאור הבעש"ט, אַז די מסעות מצד עצמם זיינען קדושה, נאָר (עס איז דאָך געגעבן געוואָרן בחירה, איז) מצד מעשיהם זיינען אַרויסגעקומען די ענינים היפּך הטוב. אָבער בשעת די בחירת האדם איז ווי עס דאַרף זיין, "ובחרת בחיים" (און מען האָט אויך אַ נתינת כח וסיוע אויף דעם, ווייל די תורה זאָגט דאָך אים "ובחרת בחיים"), דאַן זיינען אַלע מסעות – עליות מחיל אל חיל בקדושה.

ולדוגמא ברענגט ער דעם מסע פון קברות התאוה, וואָס "שם קברו את העם המתאוים". איז דער ענין אין קדושה, ובמדריגה נעלית בקדושה, אַ מדריגה וואו ס'איז ניט שייך קיין תאוה, ניט נאָר וואָס בפּועל איז ניטאָ קיין תאוה נאָר "קברו גו' המתאוים", אַז ס'איז גאָרניט בגדר עס זאָל זיין שייך תאוה. נאָר מצד התערבות הלעומת זה איז געוואָרן אין אַ ציור היפּך הטוב. ע"כ תוכן הביאור.