ספריית חב"ד ליובאוויטש

שא

הסתלקותו

ווי עס איז ידוע אַז דער בעש"ט האָט געזאָגט אַז ער האָט בכח עולה זיין בסערה השמימה כמו אלי', רק איך וויל דורכגיין דעם כי59 עפר אתה ואל עפר תשוב60.


-----  הערות  -----

59) בראשית ג, יט.

60) ספר השיחות תורת שלום ע' 46. וכ"ה בלקוטי דיבורים ח"א צו, ב. ובתורת שלום שם מבאר: וואָרום אַזוי ווי די התהוות פון עפר נעמט זיך דאָס פון עצמות דוקא (א"ה עמ"ש בתולדות ל"ז ותבין) וואָס הוא בכחו ויכולתו להוות מאין ליש וכמ"ש באגה"ק, וואָרום עצמות א"ס ב"ה איז דאָך מציאותו מעצמותו בלי שום עילה וסיבה הקודמת לו בערכו, אַזוי איז אין מדרי' העפר אויך פראַן כח העצמות, וואָס עפר אין עבודה גייט דאָס אויף גוף ונה"ב, און גאָר דער עיקר איז פּועל זיין דעם בירור הגוף ונה"ב אין מדות טבעיים זיינע ער זאָל ניט וועלן קיין גשמיות'דיקע זאַכן, נאָר וואָס נוגע צו גשמיות זאָל זיין הן ולאו ורפיא בידו, און אויב ער קאָן ניט פּועל זיין באַ זיך אַז עס זאָל זיין הן ולאו שוין, זאָל ער טאַקע בעסער גאָר ניט עסן, ער קאָן זיך אויסנאַרן, און רעכענען אַז ער דאַרף דעם עסן מצד ההכרח, וויילע ער איז דאָך מלובש אין אַ גוף גשמי, אָדער נאָך טיפער נאַרן זיך, אַז דאָס איז גאָר לש"ש, מיט דעם וועט ער קענען דאַוונען און לערנען, וואָס דאָס איז מער ניט ווי זיך אויס גינאַרט.

די בחינה אויף דערוף איז פּשוט אויב ער קען באַ זיך פּועל זיין אין מיטן עסן, בעת ער עסט דעם דבר הטוב והערב, ער זאָל אויפהערן דאָס עסן, יעמאָלט איז גוט.

וראה לקוטי שיחות חלק ד ע' 1031 ואילך ביאור בזה.