ספריית חב"ד ליובאוויטש

שו

איינמאָל שבועות האָט הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ דערציילט וואָס ער האָט געהערט פון זיין זיידן, הוד כ"ק רבינו הגדול: אין זוהר66 שטייט מאן פני האדון הוי'67 דא רשב"י, און מיר זאָגן אַז דער בעש"ט איז ב"פּ הוי', הוי' הנעלם איז די כ"ו שנים ווען דער בעש"ט איז געווען אַ נעלם און הוי' הגלוי איז די כ"ו שנים וואָס דער בעש"ט איז געווען בגלוי68.


-----  הערות  -----

66) ח"ב לח, א.

67) תשא לד, כג.

68) ספר השיחות תש"ה ע' 86.