ספריית חב"ד ליובאוויטש

שיח

בעל שם טוב

. . . נאָר פאַרשטיין דאָס דאַרף מען פריער מקדים זיין וואָס איז דער ענין פון בעש"ט, מ'דאַרף וויסן אַז דער בעש"ט איז ניט געווען מופשט פון עולם, ער איז געווען אין עולם, און דוקא מלובש אין עולם און דאָ האָט ער דערהערט אלקות . . אין פלוג איז שם בעש"ט היא מדרי' קטנה מאד, וואָרום אויף ניצן זיך מיט שמות איז דאָס ניט קיין הויכע מדריגה, אויף משביע זיין אַ שם און דער שם זאָל פּועל זיין, דאָס איז גאָר קיין קונץ ניט, וואָרום ער ווייס פון דעם שם ניט און דער שם ווייס פון אים ניט, און דער וואָס ווייס נאָר אַ ביסל כתבי האריז"ל און אַ ביסל פון שער היחודים קאָן ער דאָס טאָן, ניט דאָס איז מדרי' הבעש"ט, אַזאַ זאַך האָט געקאנט דער ליאָזנער בע"ש אויך, וואָרום דאָס איז גאָר ניט קיין גרויסער קונץ, מ'זאָל זאָגן אַז דאָס איז געווען דער בעש"ט, בשום אופן קאָן מען אַזוי ניט זאָגן, זאָלען קומען מלכי מזרח ומערב און זאָגען באופן כזה וועל איך באַ זיי דאָס ניט נעמען, דער בעש"ט אין זיינע קמיעות האָט ער ניט געדאַרפט האָבן קיין שמות.

נאָר לפי"ד בעש"ט איז דאָס מורה אויף שמות עצמיים, וואָרום אין שמות איז פאַראַן ב' מדרי': א' שמות וואָס דאָס איז מער ניט ווי אַ הארה שזהו מדרי' נמוכה, (פאַרשטייט מען אַז דאָס וואָס מי זאָגט אַז דאָס איז אַ מדרי' נמוכה, מיינט מען ניט אַז לגבינו איז דאָס אַ מדרי' נמוכה, לגבינו איז דאָס אַ מדרי' נעלית ביותר, וואָס דען למע', כי זהו הארה) והב' הוא מדרי' שמות עצמיים, וואָס אין דעם שם איז פאַראַן די עצמות, איז דאָס ע"ד ווי תורה ווערט אָנגערופן שמות עצמיים, וכמאמר96 כל הקורא בתורה כאלו קורא בשמותיו של הקב"ה, וואָס עצמות א"ס ב"ה איז נקרא אין די שמות, וואָרום עס איז ידוע דאורייתא וקוב"ה כולא חד97, והשנית גם ההמשכה דתורה היא מבחי' חכמה וכמאמר אורייתא מחכמה נפקת98 און דער פירוש חכמה הוא ע"ד אנת הוא חכים ולא בחכ' ידיעא99, שהוא אנת שהוא נושא וסובל בחי' חכמה, וזהו מדרי' השמות שבתורה שהם שמות עצמיים דוקא, וזהו"ע בע"ש וואָס אויף שמות עצמיים אויף דעם איז ער געווען בע"ש100.


-----  הערות  -----

96) ראה זח"ב פז, א. הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת. יונת אלם פכ"ט.

97) תניא פ"ד ורפכ"ג בשם הזוהר. וראה זוהר ח"א כד, א. ח"ב ס, א. תקוני זוהר תיקון ו בתחילתו. לקו"ת נצבים מו, א. ועוד.

98) זח"ב סב, א. פה, א. ועוד.

99) תקוני זוהר בהקדמה (יז, ב).

100) ספר השיחות תורת שלום ע' 45. וממשיך שם: ע' ברשימותיי דס"ג ותמצא בענין בעש"ט ותצרף לכאן ושם מבואר בהרחב יותר.

ובספר השיחות קייץ ה'ש"ת ע' 170:

עס זיינען פאַראַן צוויי אויסשפּראַכן אין דעם ענין פון שם, אָבער די צוויי אויסשפּראַכן האָבן צוויי פאַרשידנאַרטיקע באַדייטונגען. די אויסשפּראַכן בר שמחה און בעל שמחה באַדייטן ביידע דעם ענין השמחה אָבער דאָס זיינען צוויי באַזונדערע באַדייטונגען. בר שמחה מיינט אַ פּועל יוצא פון שמחה, דער גילוי וואָס בא מן השמחה. בעל שמחה דער וואָס מאַכט די שמחה. און בעל שם איז דער טייטש דער בעל פון דעם פּעולת השם.

מורנו הבעל שם איז לבד זאת וואָס ער איז געווען אַ בעל שם, ניט נאָר אַ בר שם נאָר אַ בעל שם, איז ער אויך געווען אין דער דרגא פון בעל שם טוב. ער איז געווען אַ בעל אויף דעם שם טוב, ער איז געווען אַ בעל שם אויף צו ממשיך זיין דעם טוב שלמעלה אין אידן, און צו מעלה ומגביה זיין אידן צום טוב של מעלה.

וראה ספר המאמרים תרפ"א ע' קעז: ויא דער רבי זאגט (כ"ק אאמו"ר הרה"ק זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע, הכ"מ, ע' ברשימת רס"ג, ובמכ') דבעל שם, הוא שהשם שלו.

ובספר השיחות תרפ"ט ע' 27: בשנת תרס"ג בש"ק חזון ערב ת"ב (בעת סעודת המפסקת) שאל ר' יצחק גרשון מהו השם שקורין בעל שם, מאחר שהבעש"ט הי' כ"כ מופלא מהו התואר דבעל שם. והשיב כ"ק אאמו"ר נ"ע הפי' בעל על השם שיכול לעשות בהשם כרצונו, כי יש פרטי ענינים בענין השמות וכמו לכוון בשם שהוא בפרטי מדרי' הספי' כי לכל ברכה יש שם פרטי וע"י הכוונה שמכוון בשם ממשיך המדרי' פרטי' ההיא, וכאן הכוונה בעל על השם כנ"ל (מאותו ש"ק יש אצלי הנחה על ב' ענינים על ענין הנ"ל ועל ענין בריך שמי').

ואמר אאמו"ר נ"ע אַז מיט סמעטענע קען מען דאָס ניט פאַרשטיין.

ובספר השיחות תרצ"ט ע' 321 ואילך:

החסיד ר' איטשע גרשון, הי' רגיל לבוא אל כ"ק אאמו"ר נ"ע על תשעה באב, פעם אחת בא וחל אז ערב ת"ב בשבת, והיתה אז הסעודה השלישית – אַ מילכיגע סעודה – מצד הבריאות.

ושאל אז לכ"ק אאמו"ר נ"ע, הטעם על קריאת בעל שם טוב, והשיב לו, כי הטוב הוא ע"ד הטוב שנאמר במשה, ותרא אותו כי טוב הוא.

ושאל הרש"ג לכ"ק אדמו"ר הטעם על קריאת בעל שם? והשיב כ"ק אדמו"ר: אַ בעל הבית אויף דעם שם. ואמר בע"ש זיינען געווען אַ סאַך, עס איז גיווען ר' אדם בעל שם, ר' יואל בעל שם, והטעם הפּשוט שהיו נקראים בע"ש, כי היו בעלי מופתים והיו מפורסמים. בזמן של אדמו"ר הזקן הי' בליאזנע ר' ראובן בע"ש, ער איז געווען אַ ערליכער איד, ער פלעגט פּראַווען מופתים, וכשנגנב דבר שאלו אצלו, ואמר מקום הגניבה והגנב.

ובספר השיחות תש"ה ע' 92 ואילך: הוד כ"ק אאמו"ר הרה"ק האָט מבאר געווען דעם טעם פון דעם נאָמען בעל שם, אַז ער איז אַ בעל אויף דעם שם. פאַרן בעש"ט זיינען אויך געווען בעל שם'ס, וועלכע האָבן זיך משתמש געווען מיט קבלה שמות. שמות איז אין מדרי' אריך, אָבער אים רופט מען בעל שם, היינו שם העצם, און דערפאַר ווערט ער אָנגערופן טוב, בעל שם טוב, וואָס טוב איז מדרי' עתיק.

וראה לקוטי שיחות חלק ח ע' 21 ואילך ובהערה 42 שם: וזה נרמז גם בשמו – "(ר') ישראל בעל שם טוב": "ישראל" הוא (כמו מ"ת) בספי' הת"ת (כידוע בענין ג' האבות), עיקר ז"א; "שם" מורה על ספירת המלכות, העלאת המטה (כידוע בענין הלך הקב"ה מהלך ת"ק שנה לקנות לו שם); "וישראל בעל שם" הוא, שההעלאה ד"שם" היא (לא כמו שהיא מצד עצמה, אלא) כמו שהיא מצד ההמשכה ד"ישראל". והיינו שגם בבחי' המלכות ישנה מעלת האור והגילוי, שזהו "שם טוב": "טוב" הו"ע האור (כמ"ש וירא אלקים את האור כי טוב)* וע"י ש"ישראל" הוא בעל על השם, נעשה גם השם טוב.

ועפ"ז יומתק גם מה שהסתלקות וקבורת הבעש"ט שייכת לב' הימים – ו' וז' (ראה לקוטי שיחות שם הערה 11), המורים על ז"א מלכות (ראה שם הערה 18) – כי ענינו הוא יחוד ב' הקווין**. וראה לקוטי לוי יצחק לזהר ח"ב ע' רמ.

-----שולי הגליון-----

*) וכן גבי משה כתיב "ותרא אותו כי טוב הוא" שכשנולד נתמלא הבית כולו אורה (שמות ב, ב. סוטה יב, א. יג, רע"א. פרש"י שמות שם. אוה"ת עה"פ).

אלא שבמשה הי' זה מצד הנשמה (ולא מצד הבית (גוף – ראה ד"ה ויבא עמלק תרפ"ח) עצמו), שלכן גופו של משה טעון קבורה (ראה המשך תרס"ו ס"ע קנח ואילך) משא"כ אצל הבעש"ט שהי' יכול לעלות בסערה השמימה כמו אלי' הנביא (תורת שלום ע' 46), הרי האור הי' שם גם מצד הגוף "שם טוב".

וע"פ המבואר בפנים ההערה, י"ל בדא"פ שה"שם טוב" – שכן נקרא הבעש"ט – הוא נעלה יותר גם מזיכוך הגוף דאלי' (ולהעיר מספר השיחות תש"ד ע' 113), שהרי זיכוך הגוף דאלי' הוא זיכוך דב"ן (וראה המשך תרס"ו שם ע' קס), משא"כ "שם טוב" דהבעש"ט, הרי "טוב" הו"ע ה"אור" כמו "טוב" שנאמר גבי משה (בחי' מ"ה, שלמעלה מכלים בחי' ב"ן), ואצל הבעש"ט, גם ה"שם" הוא "טוב".

**) ומה שעיקר החביבות אצל הבעש"ט הי' יום השני דשבועות (ספר השיחות תש"ד ע' 135. ונתבאר בארוכה בלקוטי שיחות חלק ד ע' 1027 ואילך) – כי עיקר המעלה הוא זיכוך המטה אלא שתכלית השלימות שבזה הוא שה"מטה" יתעלה כ"כ עד שיהי' בו גם ענין ה"אור" של העליון [שלכן גם לע"ל, כשיוסף ויהודה יתחברו יחדיו "בתכלית היחוד האמיתי" יהי' "עבדי דוד מלך על כל ישראל" (תו"א מד, ריש ע"ב)].