ספריית חב"ד ליובאוויטש

שכט

ידע לצרף אותיות כמו בצלאל

אויפן בעש"ט זאָגט מען אַז ער איז געווען ע"ד ווי עס שטייט119 יודע הי' בצלאל לצרף אותיות שבהם נבראו שמים וארץ. הגם דאָס איז אַ ודאי אַ מעלה נשגבה, אָבער די שו"א זיינען דאָך געווען פאַר בצלאל אויך, דער בעש"ט האָט געוואוסט לצרף את האותיות – אויף מאַכן אַ אידן און ליב האָבן אים.

ידיעת התורה אַליין איז נאָך ניט די שלימות פון אַ אידן, נאָר דער עיקר השלימות איז אין די אותיות התורה און דער בעש"ט האָט געוואוסט די אותיות מיט וואָס צו מקרב זיין אַ אידן און ליב האָבן אים120.


-----  הערות  -----

119) ברכות נה, א.

120) ספר השיחות תש"ב ע' 5.