ספריית חב"ד ליובאוויטש

שלו

כתר חכמה בינה

באחד הפעמים – מספר הרה"ח ר"ל נ"ע129 – שהייתי על יחידות אצל כ"ק אדמו"ר130 . . . אמר לי, לייבע דו טראַכסט מכח דעם בעש"ט וואָס ווילסטו פרעגן, פרעג, ואמרתי באַ מיר איז עפּעס אָפּגעלייגט אַז דער בעש"ט דער מעזריטשער מגיד און דער אַלטער רבי, איז כח"ב פון חסידות131.

כ"ק אדמו"ר השתנה בפני קדשו והתלהב במאד, ועמד מלא קומתו ואמר, דאָס איז אַזוי נאָר אין דעם כללות הגילוי מלמעלה, היינו אין דעם סדר התגלות תורת החסידות בדרך מלמעלה למטה, איז באַ אונז דער בעש"ט דער מעזריטשער מגיד און דער רבי דער כח"ב פון חסידות, און אַזוי איז במוחש בפּועל, דער סדר פון התגלות הבעש"ט איז ווי דער סדר פון גילוי הכתר, מתעלם ומתגלה ובהתגלותו הוא כתר ומקיף עומק רום ועומק תחת כחדא, און אַזוי איז געווען דער סדר ההתגלות פון בעש"ט תחלה נסתר ונעלם ואח"כ התגלה ובהתגלותו איז דאָס געווען מקיף הכללי, וואָס ער איז סובב ומקיף עומק רום און עומק תחת כחדא, עליית הנשמה און אַ מופת בהשואה גמורה.

דעם מגיד האָט דער בעש"ט ניט גענומען ניט מיט מופתים און ניט מיט מקיפים, דער מגיד האָט געזוכט השכלה נקודת החכמה און אַז ער האָט דאָס געפונען באַ דעם בעש"ט איז ער געוואָרן זיינער.

ווי דער סדר ההנהגה פון השגחה עליונה, אין דעם מקום המדריגות, אין סדר העבודה איז דער בעש"ט דער מעזריטשער מגיד און דער רבי, חב"ד, און האָט מסיים געווען מיט דעם פּסוק הוי'132 וכו', הוי' אַז עס זאָל זיין דער דערהער פון שם הוי' אין עולם מיט הבנה וקליטה איז בחכמה יסד ארץ דער בעש"ט, כונן שמים בתבונה איז דער מעזריטשער מגיד, בדעתו וואָס דאָס איז דער דעת פון דער גליא שבתורה וחסידות מיט דער עבודה שבלב במס"נ בפּועל, תהומות יבקעו דאָס איז דער רבי, וואָס דורך דעם איז ושחקים אַלע רביים וואָס בעבודתם והדרכתם צורייבן זיי דעם לב אבן און מאַכן אַ לב בשר ירעפו טל ביז ביאת המשיח133.


-----  הערות  -----

129) ר' יהודה לייב האָפמאַן. ראה אודותו – ספר השיחות תרצ"ו ע' 135. תרצ"ט ע' 302. ועוד.

130) מהר"ש.

131) דשני ענינים באדמו"ר הזקן – א' מנשיאי תורת החסידות הכללית, ומייסד תורת חסידות חב"ד. ויש לומר, שזהו החילוק בין שני האופנים בדרגות הנשיאים בספירות: (א) הבעש"ט, הה"מ ואדה"ז – כח"ב, (ב) הבעש"ט והה"מ – כתר (עתיק ואריך), אדה"ז חכמה, אדמו"ר האמצעי – בינה, והצ"צ – דעת. – לקוטי שיחות חלק לה ע' 105 הערה 37.

132) משלי ג, יט-כ.

133) לקוטי דיבורים ח"א לו, א ואילך.