ספריית חב"ד ליובאוויטש

שמה

משה רבינו

מורנו הקדוש הבעש"ט נ"ע איז דער משה רבינו ע"ה פון תורת החסידות הכללית, דאָס הייסט אַז אַזוי ווי משה רבינו ע"ה דער בחיר הוי', אַז על ידו איז נתגלה געוואָרען תורתנו הקדושה, אָט אַזוי איז מורנו הבעש"ט נ"ע דער בחיר הוי' אַז על ידו איז נתגלה תורת החסידות הכללית.

אין מדרש149 אויפן פּסוק150 ומשה הי' רועה שטייט הוי' צדיק יבחן151, ובמה הוא בוחנו במרעה צאן, און רז"ל{149} דערציילען אונז די מעשה וואָס עס האָט געטראָפען באַ משה ע"ה בעת ער האָט גיפיטערט צאן יתרו, וואָס פון דער מעשה זעהט מען אַרויס די מדות טובות וואָס משה רבינו ע"ה האָט געהאַט.

מורנו הבעש"ט נ"ע איז בעוואוסט מיט זיין אהבת ישראל, ער האָט געזעהן אין יעדער אידן אַ מעלה און אין יעדער פּועל פון א אידן הן אַ מצוה אָדער אַ מדה טובה האָט ער געזעהן דעם אמת'ן ליכטיקען שיין.

מורנו הבעש"ט קוקט מיט זיינע ליכטיקע אויגן אין דעם פינסטערן גלות, זעהט ווי אידן זיינען מקיים תורה און מצוות מיט גרויס מסירות נפש און פּיין, ווערן געדריקט און גערודפ'ט פון פערשידענע שלעכטע מענשן.

מורנו הבעש"ט זעהט ווי אידן זיינען מקיים דעם בקולו של הקב"ה תשמעו מיט מס"נ, ווערט באַ איהם די שאלה פאַר וואָס קומט ניט משיח, גואל צדק, און וויל בעשליסן אַז ער מיט דער חבריא קדישא, הצדיקים הנסתרים נ"ע זאָלין בריינגען משיח'ן.

עס איז בעוואוסט די פערשידענע אסיפות הצדיקים הנסתרים וואָס זיינען געווען מזמן לזמן בימי מורנו הבעש"ט, און די כמה מיני התעסקות און שתדלנות וואָס זיי פלעגען טאָהן בנוגע דער מצב הרוחני און אויך דעם מצב הגשמי פאַר דעם כלל ישראל.

און אין יענער צייט איז געווען די עליית הנשמה של מורנו הבעש"ט וואָס ער איז געווען אין היכל המשיח און האָט געפרעגט אימתי קאתי מר.

דער אימתי וואָס דער בעש"ט נ"ע פרעגט באַ משיח'ן איז דאָס ווי דער מאמר אם לא עכשיו אימתי וואָס עס שטייט אין אבות (פ"א מי"ד).

דאָס הייסט, אַז דער בעש"ט רעדט מיט משיח'ן, אין דעם ענין פון דער גמרא סנהדרין, וואו משיח ענטפערט אַז היום אם בקולו של הקב"ה תשמעו, און אויף דעם פרעגט דער בעש"ט עס איז דאָך ב"ה בקולו תשמעו.

און אויף דערויף ענטפערט משיח דעם בעש"ט לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, ברחבות פּלגי מים (משלי ה' ט"ז) יפוצו מעיינותיך חוצה, סוף שתקנה תלמידים ותורה הוראות ברבים, ויצא לך שם, רש"י, ברחבות, עיר תפוצנה פלגי מימיך, רש"י.

חסידות152 ווייס צו מאַכן אַ חילוק פון אַ מעין און נהר, נהר הוא התפּשטות לאורך ורוחב ומחזיק שטח גדול, והמים בו בריבוי והילוכם הוא בשפע ורעש גדול, והמעין הוא נמשך כגיד בכווץ תפיסת מקום שאינו תופס מקום גם לעצמו, ומימיו נובעין טיפּין טיפּין.

חוצה153 הייסט דאָך אין דרויסען, ד. ה. ניט אין דעם מקום המוכשר154, וואָרום דער מקום המוכשר איז דאָך ניט קיין חוצה, ער איז דאָך דער ריכטיגער מקום המוכשר, וואָדען אויב ער איז אַ חוצה, דאָס הייסט אַז ער איז ניט קיין מקום מוכשר, איז ווי איז דאָרטן דער אָרט פון אַ מעין, איז דאָך דער פּסוק זעהר ניט פאַרשטאַנדיק, עס איז דאָך סותר איינע די אַנדערע, איז דאָס אַ מעין פאַרוואָס רופט מען חוצה? איז דאָס חוצה, ווי קומט אַהין אַ מעין, וואָדען עס איז ביידע זאַכן, איז ווי איז ביידע זאַכן?

מפרשים155 טייטשן דעם פּסוק יפוצו מעיינותיך חוצה, עס וועלן אַזוי שטאַרק זיין די וואָס קומען אַרויס פון דיינע קוועלן אַז זיי וועלן זיך צו שפּרייטן אפילו חוצה ביז אַז ברחבות אפילו אין די גאַסן וועלן זיין פּלגי מים, און חאָטש עס וועט זיין חוצה גאָר אין דרויסן, פונדעסטוועגן וועט מען וויסן אַז דאָס קומט פון דיינע מעיינות.

פון משיח'ס ענטפער אויף דעם בעש"ט'ס פראַגע פאַרשטעהט מען, אַז תורת רבינו הבעש"ט נ"ע, און די התגלות שכל אלקי, וואָס דער בעש"ט ותלמידיו ותלמידי תלמידיו אבותינו רבותינו הק' נ"ע זי"ע האָבן אונז געגעבן, האָט דאָס אַ שייכות צו ביאת המשיח (יבא בב"א)156.


-----  הערות  -----

149) שמו"ר פ"ב, ב.

150) שמות ג, א.

151) תהלים יא, ה.

152) ראה לקו"ת שה"ש לט, א ואילך. ובכ"מ.

153) ראה ספר השיחות תורת שלום ע' 113.

154) ראה לקוטי שיחות חלק טו ע' 287. וראה שם ע' 282. ועוד.

155) ראה ראב"ע ומצו"ד עה"פ.

156) לקוטי דיבורים ח"ב שי, ב ואילך. ספר השיחות תר"ץ ע' 111 ואילך. ושם שט, סע"ב ואילך. ספר השיחות שם: דער בעש"ט נ"ע פרעגט באַ משיח'ן אימתי קאתי מר, אין פלוג האָט דאָך קיין אָרט ניט די שאלה עס איז דאָך אַ קלאָר אָפענע גמרא (סנהדרין דצ"ח ע"א) ר' יהושע בן לוי האָט זעך געטראָפען מיט אלי' הנביא אין דער מערה פון ר' שמעון בן יוחאי פרעגט ריב"ל באַ אליהו'ן ווען וועט קומען משיח, ענטפערט אלי' ר' יהושע בן לוי'ן, גיי פרעג באַ איהם אַליין, פרעגט ריב"ל וואו קאָן איך איהם טרעפין, האָט איהם אלי' געזאָגט דעם אָרט אין גן עדן, וואו משיח זיצט.

ווי עס איז ניכר איז באַ ריב"ל דער אָרט געווען גוט בעקאַנט און די וועג אַהין אַדורך גיטראָטענע, אַז ער איז געקומען אַהין איז נאָך די סימנים וואָס אליהו האָט איהם גיגעבן האָט ער דערקענט ווער איז משיח, פרעגט ריב"ל באַ משיח'ן לאימת אתי מר, צו וואָס פאַר אַ צייט וועט קומען דער האַר, ענטפערט משיח, היום היינט.

ריב"ל איז גיווען זייער צופרידן מיט דעם ענטפער און געגאַנגען צוריק זעהן זיך מיט אליהו'ן דערווייל איז דורך געגאַנגען דער טאָג, און משיח איז ניט געקומען, איז ריב"ל געוואָרן פאַרביטערט, אַז ער איז געקומען צו אליהו'ן, פרעגט איהם אליהו וואָס האָט דיר משיח געזאָגט.

ריב"ל זייענדיק זייער פאַרביטערט און פאַר עגמת נפש פון דעם וואָס משיח איז ניט געקומען דעם טאָג, זאָגט ער אליהו'ן אַז משיח האָט איהם געענטפערט היום קומט ער, דער טאָג איז דורך און משיח איז ניט געקומען.

אליהו הנביא ערקלערט ר' יהושע בן לוי דעם ריכטיקן זין פון משיח'ס ענטפער – אויף ריב"ל פראַגע צו וואָס פאַר אַ צייט וועט קומען דער האַר – היום אם בקולי תשמעו.

אין דעם סיפּור המעשה פון ריב"ל מיט אליהו'ן זעהן מיר קלאָהר און דייטלעך אַז דער זין פון ביאת המשיח (בב"א) איז פאַרבונדען מיט דעם היום אם בקולו של הקב"ה תשמעו, וואָס נאָך דעם קלאָהרין ענטפער איז דאָך ניט מובן די שאלה פון בעש"ט אימתי קאתי מר, עס איז דאָך אַ גמרא מפורשת, אַז ביום אשר בקולו של הקב"ה תשמעו, קומט משיח גואל צדק, היינט וואָס פרעגט דער בעש"ט נ"ע אימתי קאתי מר [ההמשך בפנים. וממשיך שם:] יעדער חכמה, אויך די חכמה פון שכל אלקי, האָט איהר שטייגער בסדר ואופן השכלתה והשגחתה על פי דער הבנה און הסברה פון חסידות, איז דער יחס און שייכות פון אַ זאַך צו נאָך אַ זאַך, כמו אָט ווי דאָ, די שייכות פון תורת הבעש"ט נ"ע און ביאת המשיח, מוז איין זאַך זיין אַ אור, און די צווייטע זאַך אַ כלי צו דעם אור אין אור וכלי, איז דאָך פון דער כלי קאָן מען פאַרשטעהן וואָס איז דער אור וואָס איז שייכות צו דער כלי און פון דעם אור קאָן מען פאַרשטעהן וואָס פאַר אַ כלי מ'דאַרף האָבען צו אַזאַ אור, וואָרום אור וכלי האָבען דאָך אַ שייכות זה לזה . . .

אין משיח'ס ענטפער וואָס ער ענטפערט אויף דער פראַגע פון מורנו הבעש"ט נ"ע אימתי קאתי מר, לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, איז קלאָהר פאַרשטאַנדיג, אַז תורת הבעש"ט נ"ע איז דאָס די כלי צו דעם אור פון גילוי המשיח, בב"א. וע"ש בארוכה.

וראה שם שכח, א ואילך. ספר השיחות שם ע' 130:

און דאָס איז דער ענטפער פון משיח'ן, לכשיפוצו מעינותיך חוצה, אָט די והאמונה וואָס די זיידעס און די טאַטעס האָבען געלאָזט בירושה זייערע קינדער און אייניקלעך, איז אין דעם גלות שטראָם צעשפּרייט און צעזייט געוואָרען במרחבי תבל און מדינות שונות.

און אויך באַ אַזעלכע וואָס איבער פערשידענע סבות זיינען זיי פאַרשטויסען געוועאָרן אין חוצה. אַז מען איז אָפּגעריסן פון אידישקייט, אַז עס רעדט זיך ניט וועגען חסידות און הנהגות פון חסידים, עס רעדט זיך מכח טהרת המשפּחה, הנחת תפילין, שמירת שבת, מאכלות כשרות.

אַלס איינער פון גזע ובא כח הוד כ"ק אבותינו רבותינו הקדושים זצוקללה"ה נבג"מ זי"ע פאַל איך ביי זיך ניט אַראָפּ מיט די גזע החסידים וואָס זיינען אַוועק חוצה, וויסנדיק אַז אין זיי פליסט די בלוט פון זייערע עלטערן און אור עלטערן.

און דאָס זאָגט משיח, אַז אין דעם חוצה איז פאַראַן מעינותיך, די האָבען אין זיך אויך די גרויסע ירושה פון זייערע זיידעס און טאַטעס און אין זיי קאָן זיך אויפוועקען די פּינטעלע פון דעם והאמונה, וואָס זייערע עלטערען האָבען זיך מוסר נפש געווען.

משיח'ס ענטפער איז, אַז יפוצו מעינותיך חוצה, די תורת רבינו הבעש"ט נ"ע און די עבודה טהורה בבירור וזיכוך המדות וועט זיך סוף כל סוף צעשפּרייטען, אַז אַלע וועלען דערקאָנען דעם אמת, און אויך אפילו די וואָס געפינען זיך אין חוצה איז דער מסירות נפש פון זייערע עלטערען און זיידעס וועט זיי אויפוועקען, אַז זיי זאָלען זיך בענוצען אין פערגעניגען פון הנהגות טובות מיט די קלאָהר ריינע ירושה, וואָס זייערע זיידעס און טאַטעס האָבן זיי איבערגעלאָזען.

ושם רפו, ב ואילך. ספר השיחות שם ע' 84 ואילך:

אין דער עלית הנשמה פון רבינו הבעש"ט בשנת תק"ז, איז ער געווען אין היכל המשיח, האָט מורנו הבעש"ט גיפרעגט באַ משיח'ן, אימתי קאתי מר, האָט משיח געענטפערט, לכשיפוצו מעיינותיך חוצה.

שאלה ותשובה, איז דאָס אַ געוויסע השכלה און השגה געביידע, אין יעדער געביידע איז פאַראַן דער עצם הבנין, און דער תוך פון דעם בנין, וואָס אַזוי איז אויך אין דער השכלה געביידע, די שאלה איז דער בנין, אין שכל וועלט הייסט דאָס די השכלה, און די תשובה הייסט דער תוך, די בעלייכטונג פון דעם בנין, וואָס אין שכל וועלט הייסט דאָס די השגה, וואָס די ביידע – השכלה און השגה – שטאַרקן און בעלייכטען איינע די אַנדערע.

השכלה איז דער גרונדשטיין און דער וואָרצל פון השגה, און השגה איז די רעזידענץ פּאַלאַץ פון השכלה.

מיט דעם וועט מען פאַרשטיין די טיפקייט פון דעם מאמר החכם, שאלת חכם חצי תשובה*, און שאלות החכמה חצי החכמה**.

די צוויי נוסחאות א) שאלת חכם חצי תשובה – די פראַגע ווי אַ קלוגער פרעגט איז דער אופן פון דער פראַגע אַליין אַ האַלבער ענטפער – ב) שאלות החכמה חצי החכמה – די וויסנשאַפטליכע פראַגעס זיינען אַליין אַ האַלבער טייל פון וויסענשאַפט. –

איז דייטלעך קלאָר אַז די צוויי נוסחאות איז דאָס צוויי בעזונדערע השכלה אינהאַלטן, וואָס יעדע איינע פון זיי האָט אַ ברייטע פערשטאַנדיקע ערקלערונג מיט אַ געוויסע בעדייטונג, אָבער איצטער וועלען מיר זיך ניט פערטיפן אין דעם, מיר וועלן מער ניט ווי לערנען פּירוש המלות.

אין דעם וואָרט אַז שאלת חכם חצי תשובה, איז פאַראַן אַ מעלה און אַ חסרון, די מעלה איז, וואָס עס איז אַ חצי תשובה, און דער חסרון איז, וואָס עס איז מער ניט ווי אַ חצי תשובה, אָבער דאָס בעווייזט אויף דער התאחדות פון השכלה והשגה, השכלה איז דער מקור האור דהשגה, און השגה בעלייכט די השכלה.

אַז דער בעש"ט נ"ע האָט געפרעגט משיח'ן, און משיח האָט געענטפערט, הייסט דאָס אַז אין דעם ענין פון ביאת המשיח, איז שאלת הבעש"ט נ"ע די השכלה, און תשובת משיח די השגה.

די השכלה איז, אימתי קאתי מר, ווען קומט משיח און די השגה, וואָס הייסט דער פאַרשטאַנד, איז לכשיפוצו מעיינותיך חוצה, וואָס עס האָט אַ צווייענדיקע בעדייטונג, א) אַז עס וועלן זיך צושפּרייטן דיינע קוועלן אין דרויסן ב) און אַז דיינע דרויסענדיקע קוועלן וועלן זיך צושפּרייטען.

ווי געזאָגט, אַז אַ שאלה ותשובה, איז די שאלה דער בנין, און די תשובה איז די בעלייכטונג פון דעם בנין, אין דעם בעש"ט'ס נ"ע שאלה, די השכלה פון דעם בנין ביאת המשיח בב"א און די תשובה פון משיח'ן, די בעלייכטונג אין דעם בנין ביאת המשיח בב"א, דאָס מיינט דעם פאַרשטאַנד. ועיי"ש בארוכה.

– בכהנ"ל ראה גם לקוטי שיחות ח"ד ע' 20-1120 ובהערות שם. ע' 1303. ח"י ע' 243 ואילך. חט"ו ע' 281 ואילך. וש"נ.

-----שולי הגליון-----

*) מובא בספר ר"ש בן גבירול.

**) מובא במבחר הפנינים שערי החכמה.