ספריית חב"ד ליובאוויטש

שנ

אין דעם זמן ווען דער בעש"ט נ"ע איז געוועזען אַ נסתר, איז זיין הנהגה אויך געוועזן ווי אַ נסתר. די מעלת רוממות והפלאת נשמת הבעש"ט האָבן דערהערט אפילו ציגן, זיי האָבן זיך אויפגעשטעלט אויף די אונטערשטע פיס, און די אויבערשטע פיס האָבען זיי געהאַלטן אין די הויך בקומה זקופה, ווי אַ אדם. דער בעש"ט האָט ממשיך געוועזן אין זיי ווי מצד זייער שרש ווי זיי זיינען למעלה, אָבער למטה זיינען זיי געבליבען ציגן, חאָטש בע"ש'סקע ציגן וואָס באַ זיי איז געוועזן אַ הבדל פון חצי התחתון ביז חצי העליון, און עס האָט זיך דערהערט באַ זיי מעלת העליון על התחתון, ניט ווי באַ אַנדערע וואָס באַ זיי איז דער תחתון גלייך ווי דער עליון – אָבער דאָך ציגן163.


-----  הערות  -----

163) ספר השיחות תש"ט ע' 284.