ספריית חב"ד ליובאוויטש

שנא-א

פרנסה, כלי לפרנסה

וכמסופר אויף בעש"ט – ותוכנו – אַז ער האָט אַמאָל געזאָגט צו איינעם אַז ער דאַרף האָבן אַ סכום געלט, און גלייך (לאחרי אמירתו) איז ער אַוועקגעגאַנגען. יענער איז אים נאָכגעלאָפן מיט דעם סכום און געזאָגט צו אים: ווען איר וואָלט צוגעוואַרט אַ וויילע, וואָלט איך אַייך דאָך געגעבן די געלט גלייך אויפן אָרט? האָט אים דער בעש"ט געענטפערט, אַז דער אויבערשטער האָט געהייסן "בכל אשר תעשה" – האָט ער געזאָגט אַז ער דאַרף האָבן דעם סכום. וואַרטן אויף דעם – איז ער פאַרנומען מיט בעסערע זאַכן165.


-----  הערות  -----

165) לקו"ש ח"ה ע' 344. ושם לפנ"ז: אויפן פּסוק וברכך הוי' אלקיך בכל אשר תעשה, שטייט אין חסידות [מצות תגלחת מצורע (מספר המצוות להצמח צדק) פ"ב ואילך. קונטרס ומעין מאמר יז. כג ואילך. ובכ"מ], אַז אַ איד דאַרף מאַכן כלים צו פּרנסה, כלים בדרך הטבע, וואָס אין זיי זאָל אַראָפּקומען ברכת הוי'. אעפּ"כ, כאָטש מען דאַרף טאַקע מאַכן כלים, דאַרף מען אָבער וויסן אַז ניט דאָס איז דער עיקר, ס'איז ניט מער ווי כלים, ובמילא דאַרף מען ניט זיין מושקע (פאַרטרונקען און פאַרזונקען) אין דעם. (ופּשוט, אַז די כלים דאַרפן זיין עפּ"י תורת הוי', ער זאָל זיך אויסהיטן משמץ אונאה וכו', בכדי זיי זאָלן זיין כלים ראוים לברכת הוי').

וויפל איז ער פאַרנומען אין עשיית הכלים? איז עס תלוי אין אים אַליין, ווי ער שטעלט זיך אַוועק (ולא ברשיעי, ח"ו, עסקינן): ער קען זיך איינשטעלן אין אַן אופן, אַז ער זאָל זיין מושקע אַ גאַנצן טאָג אין עסק ביז אַז עס בלייבט קוים צייט אויף פרק אחד שחרית ופרק אחד ערבית, און ער קען זיך אַיינשטעלן אין אַן אופן, אַז אין דעם עסק זאָל ער טאָן נאָר אויף יוצא זיין דעם "תעשה", און כל היום איז – תורתו אומנתו. וואָרום וויבאַלד אַז דער "בכל אשר תעשה" איז נאָר אַ כלי, איז דאָך די כמות שבזה ניט אַן עיקר.