ספריית חב"ד ליובאוויטש

שנח

מורנו הבעש"ט האָט אַ פולע גערעדט וועגן אהבת ישראל, אהבת התורה ואהבת השם, און האָט מגלה געווען דעם מהות פון אַ אידן179.


-----  הערות  -----

179) ספר השיחות תש"א ע' 33. וממשיך שם: הגם על פּי חיצוניות נגלית התורה איז דאָס לכאורה ניט אויסגעהאַלטן, כמו משחק בקוביא איז פּסול לעדות, ויש כאלו דאין עונין אמן אחריו, אָבער על פּי פּנימיות איז דאָך מהותו טוב. נאָר עס איז אלי' וקוץ בה. וואָרום עס איז דאָך כל ישראל ערבים זה בזה, קאָן קיינער ניט זאָגן, איך בין אַ למדן, איך בין אַ חסיד און לייג דריי פּאָר תפלין ומה איכפּת לי' הזולת. אָט אַזוי ווי ביי שותפים, זאָגט דאָך איינער צום צווייטן, די זאַך איז דאָך נוגע צו אונז ביידן, דיין ענין איז דאָך מיין ענין, און זיי קריגן זיך ניט איינער מיטן אַנדערן. אַזוי דאַרף אויך זיין אין דער זאַך. אויסער דעם איז דאָך מה' מצעדי גבר כוננו, און יעדער באשר הוא גיט מען אים דאָך כחות אויף אויספירן די כוונה, און אַזוי איז בענין הנסיון גיט מען אים כחות אויף דעם.