ספריית חב"ד ליובאוויטש

שסב

אהבת ישראל איז דאָך על פּי תורה. דער בעש"ט האָט אויפגעטאָן אין אהבת ישראל "פאַרוואָס" מען דאַרף האָלט האָבן אַ אידן, און ביי יעדער אידן איז פאַראַן דער "פאַרוואָס" מען דאַרף אים האָלט האָבן.

ווי עס איז ידוע, אַז דער בעש"ט פלעגט זייער מקרב זיין אנשים פּשוטים, ווייל ביי זיי, ביי די אנשים פּשוטים, איז פאַראַן די תמימות און ער פלעגט שיקן די חבריא קדישא זיי זאָלן זיך לערנען פאַרשידענע ענינים ביי אנשים פּשוטים. ווי עס איז ידוע די מעשה אַז דער בעש"ט האָט געשיקט איינעם פון זיינע גרויסע תלמידים לערנען זיך די מדה פון בטחון פון אַן איש פּשוט183.

בעיקר וואָס דער בעש"ט האָט געהייסן זיינע תלמידים לערנען זיך ביי אנשים פּשוטים איז אין דעם ענין המדות און אין מדות גופא, בעיקר די השתלמות המדות. וואָרום מדות הגם זיי נעמען זיך פון מוחין, מכל מקום בשרשן זיינען זיי למעלה מן המוחין. ע"ד חכמה ובינה, הגם בינה קומט פון חכמה פונדעסטוועגן בשרשה איז בינה העכער פון חכמה. ווי עס איז ידוע אַז בינה האָט אַ שרש מיוחד אין כח המשכיל. חכמה איז נאָר אַ נקודה, משא"כ בינה איז אין אַ רוחב, אַזוי אויך דער גילוי העונג איז אין בינה. אין חכמה איז נאָר דער ראשית גילוי העונג און אין בינה איז דאָ די התגלות העונג. גילוי העתיק איז בבינה, היינו מעלתו העצמי של עתיק און בינה ווערט דאָך אָנגערופן אם הבנים וואָס דאָס איז מעלתה העצמי פון בינה.

שרש המדות איז למעלה מהמוחין, נאָר בכדי אַז די מדות זאָלן אַראָפּקומען אין אַ סדר מסודר דאַרף עס זיין ע"י המוחין184. אָבער נאָכדעם ווי די מדות קומען אַראָפּ ע"י המוחין דאַרף זיין די התגלות המדות ווי זיי זיינען בעצם. ע"ד ווי עס רעדט185 זיך אין בראשית ברא אלקים, וואָס דאָס איז דער צמצום, אַז די כוונה איז אַז דורך עבודה זאָל נתגלה ווערן דער א"ס שלפני הצמצום. און דאָס איז דער ענין פון השתלמות המדות, אַז די מדות זאָלן נתגלה ווערן ווי זיי זיינען בעצם.

און צוליב דעם האָט דער בעש"ט געשיקט זיינע תלמידים צו אנשים פּשוטים זיי זאָלן ביי זיי לערנען השתלמות המדות186.


-----  הערות  -----

183) ראה גם לעיל סימן רסד.

184) ראה ספר המאמרים תרצ"ז ע' 181. ובכ"מ.

185) ראה אור התורה בא ע' רסב. ד"ה בראשית ברא תשל"ח (ספר המאמרים מלוקט חלק א ע' רסז ואילך. בהוצאה החדשה – ע' רלז ואילך).

186) ספר השיחות תש"ה ע' 109. וראה ספר השיחות תש"ח ע' 185.