ספריית חב"ד ליובאוויטש

שסז

גילוי אלקות בעולם

הגם עס איז פריער אויך געווען התגלות פון קבלה ווי אין די צייטן פון ר' יואל בעל שם. אָבער דעמאָלט איז געווען דער זמן פון נסתרים, כאָטש דער סוד פון נסתרים איז דאַן שוין געווען בהתגלות מער ווי אין די צייט פון ר' אלי' בעל שם, וואָס דעמאָלט איז געווען אַלץ בהסתר, הגם זייער ענין איז געווען אויף מגלה זיין דעם לימוד הקבלה, ווי עס איז ידוע אַז זיי האָבן געמאַכט פיל ישיבות צו לערנען תורה און זייער כוונה איז געווען מגלה זיין דעם לימוד הקבלה. ניט קבלה מעשיות נאָר לימוד הזוהר, קבלת הרמ"ק ועוד, אָבער דאָס איז געווען בהסתר ניט בגילוי און מורנו הבעש"ט האָט דאָס מגלה געווען בהתגלות.

ווי עס איז ידוע אַז מורנו הבעש"ט ענינו איז געווען מגלה זיין אלקות בעולם און ער האָט זיך ניט משתמש געווען מיט שמות הק'. הוד כ"ק אאזמו"ר הרה"ק צ"צ האָט געזאָגט, אַז די וועלכע זאָגן אַז מורנו הבעש"ט האָט זיך משתמש געווען מיט שמות הקדושים זיינען זיך טועה, ווייל בכלל אַ איד וואָס פירט זיך עפ"י תורה איז בכח צו מאַכן די וועלט אויך עפּ"י תורה און בפרט דער וואָס איז אַליין תורה. נאָר דאָס איז בנוגע צו הצלה פּרטית אָבער אין אַן ענין פון הצלה דרבים דאַרף מען האָבן תפלה דרבים און אין אַזאַ פאַל – לצורך הצלת הכלל – האָט ער זיך יאָ לפעמים משתמש געווען מיט שמות הקדושים און דאָס אויך ניט בביטוי השמות בדבור נאָר מיט די כוונת השמות.

וואָרום אין שמות הקדושים איז פאַראַן כידוע דריי מדריגות: מחשבה דבור און מעשה און מורנו הבעש"ט האָט זיך לפעמים באַנוצט לצורך הצלת הכלל מיט שמות הקדושים, און אפי' דעמאָלט נאָר מיט די כוונת השמות, אָבער עיקר ענינו פון מורנו בעש"ט איז געווען אויף מגלה זיין אלקות אין עולם191.


-----  הערות  -----

191) ספר השיחות תש"ד ע' 109 ואילך.