ספריית חב"ד ליובאוויטש

שסט

גילה הקוץ ואופן התיקון

בדורו של הבעש"ט איז גיווען אַזעלכע וואָס האָבען גילערענט תורה און האָבען ניט גיוואוסט פון זייער גיזונד און פון זייער לייב און לעבען, זיי האָבען ניט גיוואוסט וואָס אַרום זיי איז, און ניט וואָס אין זיי, דער הונט איז געווען באַגראָבען און זיי האָבען דערפון אליין ניט געוואוסט, וואָס ממילא איז יעמאָלט איז טאַקע גיווען דער עצמי אויך בהעלם, און אזוי האָט דער קוץ עוקץ גיווען ביז ער איז נתגלה געוואָרין, און דאָ האָט אים דער בעש"ט פאפאדיעט און האָט אים מכחד געווען מן העולם . . דער בעש"ט האָט מגלה גיווען דעם קוץ, און האָט אים מתקן געווען194.


-----  הערות  -----

194) ספר השיחות תורת שלום ע' 176.