ספריית חב"ד ליובאוויטש

שעב

גילוי פנימיות התורה

אין געציילטע טעג אַרום, דעם ערשטן טאָג שבועות, זמן מתן תורתנו, וועט ווערן צוויי הונדערט יאָר זינט דער הייליגער בעל-שם-טוב האָט פאַרענדיגט זיין נשמה-שליחות – צו פאַרשפּרייטן און מאַכן צוגענגלעך צו אַלע אידן די אינערלעכע ליכטיקייט פון תורה און מצוות דורך תורת החסידות. די ג-טלעכע קוואַלן וואָס רבי שמעון בן יוחאי האָט געעפנט פאַר יחידי סגולה, האָט דער בעל-שם-טוב ברייט צעעפנט פאַר אַלעמען. דערמיט האָט דער אויבערשטער געוויזן נאָך אַ גרעסערן חסד צו זיין אויסדערוויילטן פאָלק אין אַ גאָר קריטישע גלות-צייט198.


-----  הערות  -----

198) לקוטי שיחות ח"ז ע' 348.