ספריית חב"ד ליובאוויטש

שעט

חיות בלימוד התורה וקיום המצוות

מורנו הבעל שם טוב האָט מקנה געווען באַ די תלמידים הקדושים אַ חיות פּנימי אין לימוד התורה און קיום המצוות, אַז אַלץ וואָס מען טוט זאָל זיין מיט אַ הרגש פּנימי, צי האַלט מען באמת באַ דעם אופן עבודה, אָדער ניט. ד. ה. צי האַלט מען באמת באַ דעם וואָס מען טוט.

ווי דער סיפּור הידוע207, וואָס מורנו הבעל שם טוב האָט באַוויזן די תלמידים הקדושים, ווי אַן אָקס אין אַ שטריימל עסט לכבוד שבת208.


-----  הערות  -----

207) ראה לעיל בהערה לסימן מח. וש"נ.

208) ספר השיחות תש"א ע' 39.